קליענט באַדינוּנג
לעצטע אפדעיט: יולי 15, 2025
2. אננעמונג פון ריזיקע; וועיווער און פריילאזונג פון קלאגעס
3. געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג
5. נוצן די עפפ און אונזערע סערוויסעס
8. אינדעמניטי
9. אייער פערזענליכע אינפארמאציע
11. נעטווארק צוטריט און געצייג
12. קאנטראלירנדע געזעץ און יוריסדיקציע
א דאנק פארן אויסקלויבן Lime!
וויכטיגע באמערקונג איבער פארמיטלונג: ביטע קוקט גרונטליך איבער די פארמיטלונג באדינגונג אין טייל 3, וועלכע פארלאנגט אייך צו לעזן סיי וועלכע מיינונגס-פארשידנהייטן מיט אונז אויף אן אינדיווידועלע באזיס דורך ענדגילטיגע און בינדנדע פארמיטלונג. אייער צושטימונג צו די טערמינען צייגט אייער קלארע באשטעטיגונג און צושטימונג אז איר האט געליינט און פארשטייט וויאזוי די פארמיטלונג באדינגונג ארבעט.
1. קאנטראקט באציאונג
Neutron Holdings Inc., dba Lime (פון דא און ווייטער "Lime", אדער "מיר", "אונז", אדער "אייער" געוואנדן אויף די אינהאלט), איז אן אלטוועלטליכע פירער אין מיטגעטיילטע עלעקטראנישע מיקרא-מאביליטי טראנספארטאציע סערוויסעס. Lime איז צופרידן אייך צו געבן צוטריט צו אונזער מיטגעטיילטע מיקרא-מאביליטי סערוויסעס וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו די וויכטיגע טערמינען און באדינגונגען פון די באנוצער אפמאך, אריינגערעכנט סיי וועלכע טערמינען איינגעגלידעט דורך רעפערענץ דעראין (אלעס צוזאמען, די "טערמינען"). די טערמינען קאנטראלירן אייער צוטריט צו און באנוץ פון Lime פראדוקטן און/אדער סערוויסעס (אלעס צוזאמען, אונזערע "סערוויסעס"), דעראיבער ביטע ליינט זיי גרונטליך אדורך און מאכט זיכער אז איר טוט זיי פולשטענדיג פארשטיין איידער איר באנוצט זיך מיט Lime סערוויסעס. אויב איר ווילט נישט איבערגיין, אדער איר פארשטייט נישט, אדער איר שטימט נישט איין צו זיין געבינדן דורך די טערמינען, ביטע בענעפירט נישט פון און נוצט נישט די Lime סערוויסעס.
די סערוויסעס, ווי אפגעטייטשט אויבן, שליסט איין די Lime מאביל אפליקאציע (די "עפפ"), עלעקטראנישע ביציקלעך, עלעקטראנישע גליידערס, עלעקטראנישע סקוטערס, צוטריטליכע וויהיקלס, העלמעטס, און סיי וועלכע פארבינדענע געצייג, נייע איינריכטונגען אדער פונקציאנירונג וועלכע Lime נוצט אדער לייגט ארויף אויף אירע עלעקטראנישע וויהיקלס, ווי אויך אונזערע וועבזייטלעך, שטאב, קאסטומער סערוויס, און סיי וועלכע אנדערע אינפארמאציע, טעכנאלאגיע, אדער סערוויסעס מיר מאכן אוועילעבל. אונזער עפפ קען אויך צושטעלן פונקציאנירונג פאר באנוצער-באזיצטע וויהיקלס, ווי פארשליסן אדער אויפשליסן. מיר זענען נישט א ליפערונג פירמע; אונזערע סערוויסעס זענען א באקוועמליכקייט פאר קוואליפיצירטע באנוצער, און אנדערע טראנספארטאציע אויסוואלן זענען אוועילעבל צום פובליק. צו זיין קלאר, ווען מיר רופן "פראדוקטן" אין די טערמינען, מיינען מיר די פיזישע זאכן וועלכע זענען א טייל פון אדער אויסערדעם באנוצט דורך אייך אין Lime'ס צושטעלונג פון די סערוויסעס, ווי ביציקלעך, סקוטערס, גליידערס, העלמעטס, און אנדערע געצייג. די עפפ טוט אויך פון צייט צו צייט צושטעלן מיטלען צו פלאנירן א וועג, געשאצטע פרייזן, און עצות ווי צו פארקירן באזירט אויף די דעסטינאציע איר לייגט אריין איידער א רייזע. די פונקציאנירונג ווערט צוגעשטעלט בלויז פאר באקוועמליכקייט און באדייט נישט א צוזאג פון אוועילעביליטי, זיכערהייט, אדער פונקטליכקייט. ענדגילטיגע פרייזן פאר די רייזע און באדינגונגען פארן וועג קענען זיין אנדערש פון די שאצונגען אדער עצות געוויזן אינעם עפפ.
דורך נוצן אונזערע סערוויסעס (אריינערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו, אויפמאכן א Lime באנוצער אקאונט, נוצן די Lime עפפ, זיך רעגיסטרירן פאר געוויסע Lime פראדוקט און פרייזן הנחות אדער סובסקריפשאנס, און האבן צוטריט צו און נוצן די Lime וויהיקלס און סערוויסעס), טוט איר פארטרעטן און פארזיכערן אז איר זענט אין די לעגאלע יארגאנג אריינצוגיין אין בינדנדע קאנטראקטן און איינשטימען צו די טערמינען. אין צוגאב צו אייער אייגענע פערזענליכע קאפאציטעט, טוט איר אויך פארטרעטן און פארזיכערן אז איר האט די נויטיגע אויטאריטעט איינצושטימען צו די טערמינען אין נאמען פון סיי וועלכע אנדערע פארטיי(ען) וועלכע האבן צוטריט צו און/אדער נוצן די Lime סערוויסעס דורך אייער אקאונט (צ.ב., פאר גרופע רייזעס), און אין נאמען פון אן איינהייט וועלכע איר האט אריינגערעכנט אין אייער באנוצער אקאונט רעגיסטראציע.
דורך האבן צוטריט צו און נוצן די Lime סערוויסעס, טוט איר באשטעטיגן אז איר האט צוגעשטימט צו זיין אין איינקלאנג מיט די טערמינען אלס א באדינגונג פון אייער נוצן די סערוויסעס. Lime רעזערווירט די רעכט צו טוישן די טערמינען פון צייט צו צייט, און די איבערגעמאכטע ווערסיע איז גילטיג פון די דאטום עס ווערט ארויסגעגעבן. דורך פארזעצן צו האבן צוטריט צו אדער נוצן די סערוויסעס נאך יענע דאטום, זענט איר איינשטימיג צו זיין געבינדן דורך די איבערגעמאכטע ווערסיע. ווי אויך, די סיטיס אין וועלכע איר נוצט Lime סערוויסעס קענען אויך האבן לאקאלע באפעלן, געזעצן, רעגולאציעס, א.ד.ג. אוועילעבל דא וועלכע קאנטראלירן אייער באנוץ פון די Lime סערוויסעס אינערהאלב איר יוריסדיקציע. איר באשטעטיגט און שטימט איין אז עס איז אייער פאראנטווארטליכקייט איבערצוגיין, פארשטיין, און זיין איינשטימיג מיט אלע די באפעלן, געזעצן, רעגולאציעס, א.ד.ג., וועלכע זענען דא איינגעגלידעט דורך רעפערענץ, ווי מאטעריאל טערמינען פון די אפמאך. די טערמינען, ווי Lime קען טוישן פון צייט צו צייט, טוען אויסדריקליך איבערשטייגן סיי וועלכע פריערדיגע אפמאכן אדער אראנדזשירונגען וועלכע Lime האט מעגליך מיט אייך. איר פארבלייבט פריי אויפצוהערן נוצן די Lime סערוויסעס סיי ווען, און Lime רעזערווירט די רעכט אפצושטעלן די טערמינען אדער אייער צוטריט צו און באנוץ פון סיי וועלכע פון די Lime סערוויסעס, סיי ווען און פאר סיי וועלכע אורזאך (אדער אן קיין אורזאך בכלל) אין Lime'ס אויסשליסליכע אויסוואל.
2. אננעמונג פון ריזיקע; וועיווער און פריילאזונג פון קלאגעס
ביטע ליינט גרונטליך אדורך און פארשטייט קלאר די טייל. די טייל ערקלערט אייער לעגאלע פריילאזונג פון אייערע רעכטן, אריינגערעכנט: אייער אננעמונג פון סיי וועלכע ריזיקע פארבינדן מיט אייער באנוץ פון די Lime סערוויסעס און אייער וועיווער און פריילאזן אלע שולד אנטקעגן אלע פרייגעלאזטע פארטייען (ווי אפגעטייטשט אונטן), אריינגערעכנט Lime. אויב איר ליינט נישט, פארשטייט נישט, אדער זענט נישט איינשטימיג צו זיין לעגאל געבינדן דורך די טערמינען, ביטע בענעפירט נישט און נוצט נישט די Lime סערוויסעס. די פרייגעלאזטע פארטייען קענען בעטן פאר אזעלכע פריילאזונגען אלס א גענצליכע און גענוג גוטע באווייז צו סיי וועלכע קלאגע, ווי געאייניגטע דריטע פארטיי געניסער פון די פריילאזונג. ביטע נעמט אין אכט, איר זענט פריי זיך אפצוזאגן פון צוטריט צו אדער נוצן די Lime סערוויסעס אויב איר זענט נישט איינשטימיג צו די טערמינען דא געברענגט. אייער צוטריט צו און באנוץ פון די Lime סערוויסעס פארטרעט אייער באשטעטיגונג פון און צושטימונג צו זיין לעגאל געבינדן דורך די טערמינען.
די טערמין "פרייגעלאזטע פארטייען" אין די טערמינען מיינט (i) Lime און אירע אפעלירטע און סובסידעריס, אונזער און זייער רעספעקטיוו אייגנטומער, אויפזעער, באאמטער, ארבעטער, דירעקטארס, אגענטן, פארטרעטער, יורשים, צוגעשטימטע, לייסענס באזיצער, דיסטריביוטערס, ווענדארס, און דריטע פארטייען וועמען מיר אויטאריזירן אדער אויסער דעם זענען א שותף מיט אויסצוטיילן, מארקעטן אדער אויסער דעם קאמערציאליזירן די סערוויסעס, (ii) מוניציפאליטעטן און פובליק איינהייטן (אריינגערעכנט אלע זייערע רעספעקטיוו אויסגעוועלטע און באשטימטע באאמטער, אפיצירן, ארבעטער און אגענטן) וועלכע אויטאריזירן אונז צו אנפירן די סערוויסעס, (iii) אייגנטומער און ערד לעסיס פון די פראפערטי (אריינגערעכנט אלע זייערע רעספעקטיוו אויסגעוועלטע און באשטימטע באאמטער, אפיצירן, ארבעטער און אגענטן) וועלכע אויטאריזירן אונז צו נוצן די סערוויסעס אויף זייער פראפערטי, און (iv) ווי ווייט איר האט צוטריט צו די סערוויסעס נוצנדיג א דריטע-פארטיי אפליקאציע, וועבזייטל, אינהאלט, פראדוקט אדער סערוויס, וועלכע דריטע-פארטיי און אלע אירע אפילירטע און סובסידעריס און יעדע פון זייער רעספעקטיוו אייגנטומער, אויפזעער, באאמטער, ארבעטער, דירעקטארס, אגענטן, פארטרעטער, יורשים און באשטימטע.
אין באטראכטונג פאר אייער צוטרירט צו און באנוץ פון Lime סערוויסעס, טוט איר, אדער דער פערזאן אדער איינהייט אין נאמען פון וועמען איר האט אריינגעלייגט אין די טערמינען, אדער, וואו באנוץ פון די סערוויסעס איז ערלויבט דורך מינדעריעריגע, טוט אייער לעגאלע גארדיען צושטימען צו :
- אננעמען אלע ריזיקעס פארבינדן מיט די באנוץ פון די Lime סערוויסעס. איר באשטעטיגט אז (א) עס זענען פארהאן ערנסטע ריזיקעס פארבינדן מיט די באנוץ פון מיטגעטיילטע מיקרא-מאביליטי וויהיקלס אריינגערעכנט די וועלכע ווערן צוגעשטעלט אין איינקלאנג מיט די Lime סערוויסעס, (ב) די וויהיקלס פארבינדן מיט די סערוויסעס וועלן ווערן גענוצט דורך אנדערע מענטשן, סיי איידער און נאך אייער באנוץ פון די סערוויסעס, (ג) די וויהיקלס פארבינדן מיט די סערוויסעס קענען ווערן געשעדיגט אדער ריאנירט צוליב רעגלמעסיגע באנוץ, אלגעמיינע באנוץ, פארנאכלעסונג פון Lime אדער אנדערע באנוצער דורך וואנדאליזם, אדער אנדערע אורזאכן, און Lime ווערט אפטמאל נישט געמאלדן פון די שאדן אדער ריאנירונג גלייך; (ד) כאטש Lime פרובירט צו האלטן די וויהיקלס אין א גוטע צושטאנד, קענען די וויהיקלס פארבינדן מיט די סערוויס (עס) וועלכע איר נוצט ווערן געשעדיגט אדער דארפן פאררעכטונג, און (ה) אייער באנוץ פון די סערוויסעס קען פאראורזאכן א שאדן אדער קראנקהייט אריינגערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו, שאדן צום קערפער, קראנקהייט, איבערשטרענגונג, צובראכענע ביינער, טיילווייזע אדער פולקאמע פאראליז, אנדערע קראנקהייטן וועלכע קענען פירן צו ערנסטע דיסאביליטי, גייסטישע אדער פיזישע פיין, אדער טויט. די ריזיקעס און געפארן קענען ווערן פאראורזאכט דורך די פארנאכלעסונג אדער נאכלאזונג פון Lime, די פארנאכלעסונג פון אנדערע, אריינגערעכנט אנדערע פיסגייער אדער מאטאריסטן, אדער קען שטאמען פון די פאררעכטונג, אויפהאלטונג אדער אפעראציע פון די וויהיקל פארבינדן מיט די סערוויסעס, וועטער אומשטענדן ביים צייט פון באנוץ, שאסיי אומשטענדן, אדער אנדערע אורזאכן, אריינגערעכנט פון סיי וועלכע אנדערע פאראויסגעזענע אדער אומפאראויסגעזענע אורזאכן. דורך האבן צוטריט צו און נוצן Lime סערוויסעס, טוט איר, אין נאמען פון זיך, אייער פערזענליכע פארשטייער און אייערע יורשים, און סיי וועלכע אנדערע פארטיי פאר וועמען איר אויטאריזירט צו האבן צוטריט צו און נוצן די Lime סערוויסעס דורך אייער באנוצער אקאונט, טוען דערביי קלאר צושטימען אנצונעמען אלע ריזיקעס און אננעמען אלע פאראנטווארטליכקייט פאר סיי וועלכע עקסידענט, פערזענליכע שאדן, פראפערטי שאדן, טויט אדער דיסאביליטי וועלכע איר ליידט אין רעזולטאט פון נוצן די סערוויסעס פאר סיי וועלכע שאדן, פארלוסטן און/אדער שאדן, אריינגערעכנט די וועלכע ווערן פאראורזאכט בלויז אדער אין טייל דורך די פארנאכלעסונג אדער נאכלאזונג פון סיי וועלכע פון די פרייגעלאזטע פארטייען.
- אפלאזן און פריילאזן אלע קלאגעס אנטקעגן פרייגעלאזטע פארטייען. איר, אין נאמען פון זיך, אייער פערזענליכע פארשטייער און אייערע יורשים, און סיי וועלכע אנדערע פארטיי פאר וועמען איר אויטאריזירט צו האבן צוטריט צו און נוצן די Lime סערוויסעס דורך אייער באנוצער אקאונט, טוען דערביי קלאר צושטימען אפצולאזן און פריילאזן אלע פרייגעלאזטע פארטייען פון סיי וועלכע און אלע קלאגעס (אריינגערעכנט די אין קאנטראקט, טארט (אריינגערעכנט פארנאכלעסונג), סטאטוטורי און/אדער סיי וועלכע אנדערע גרונטן) אריינגערעכנט אן באגרעניצונג, קלאגעס פאר אדער פארבינדן צו סיי וועלכע עקסידענט, פערזענליכע שאדן, פראפערטי שאדן, טויט אדער דיסאביליטי וועלכע איר ליידט אין רעזולטאט פון נוצן Lime סערוויסעס אריינגערעכנט די וועלכע ווערן פאראורזאכט בלויז אדער אין טייל דורך די פארנאכלעסונג אדער נאכלאזונג פון סיי וועלכע פון די פרייגעלאזטע פארטייען. די וועיווער און פריילאזונג שליסט איין אלע קלאגעס פאר שאדן אדער קראנקהייט אריינגערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו, קערפערליכע שאדן, קראנקהייט, אנשטרענגונג, צובראכענע ביינער, טיילווייזע אדער פולקאמע פאראליז, אנדערע קראנקהייטן וועלכע קענען פאראורזאכן ערנסטע דיסאביליטי, גייסטישע אדער פיזישע ליידן, אדער טויט אפגעזען אויב פאראורזאכט דורך די פארנאכלעסונג אדער נאכלאזונג פון Lime, די פארנאכלעסונג פון אנדערע, אריינגערעכנט אנדערע פיסגייער אדער מאטאריסטן, אדער קען שטאמען פון די פאררעכטונג, אויפהאלטונג אדער אפעראציע פון אונזערע סערוויסעס, וועטער אומשטענדן ביים צייט פון באנוץ, שאסיי אומשטענדן, אדער אנדערע אורזאכן, אריינגערעכנט פון סיי וועלכע אנדערע פאראויסגעזענע אדער אומפאראויסגעזענע אורזאכן.
ווען ערלויבט דורך די גאזעץ, וועלן די פרייגעלאזטע פארטייען נישט זיין פאראנטווארטליך פאר פארלוירענע פראפיטן, הכנסות, אינפארמאציע, פינאנציעלע פארלוסטן אדער אומדירעקטע, ספעציעלע, קאנסעקווענשעל, עקסעמפלערי אדער פיוניטיוו שאדן. אין אלע פעלער, וועלן די פרייגעלאזטע פארטייען נישט זיין פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע פארלוסט אדער שאדן וועלכע מען האט נישט לאגיש געקענט פאראויסזען.
אייער באנוץ פון אונזערע סערוויסעס איז א פריוויליגיע, נישט א רעכט, און איז פרייוויליג. איר דארפט נישט נוצן Lime סערוויסעס. איר באשטעטיגט און שטימט איין אז אייער צוטריט צו און באנוץ פון די Lime סערוויסעס ווערט געטון מיט די פולקאמע וויסנשאפט פון אלע ריזיקעס און איר שטימט איין צו די אננעמונג פון ריזיקע און די וועיווער און פריילאזונג פון קלאגעס. עס איז אייער פאראנטווארטליכקייט צו נוצן אונזערע סערוויסעס אויף א זיכערן אופן. איר זענט פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע שאדן איר פאראורזאכט פאר אנדערע מענטשן, בעלי חיים, און/אדער סיי וועלכע פראפערטי בשעת'ן נוצן די Lime סערוויסעס. (זעט טייל 8 (אינדעמניטי)).
3. געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג
איידער אנהויבן פארמיטלונג, דארפט איר צושטעלן פאר Lime'ס לעגאלע אפטיילונג שריפטליכע מעלדונג פון אייער מיינונגס-פארשידנהייט צו [email protected], אריינגערעכנט פאקטישע אינפארמאציע צו ערלויבן אפצושאצן די מיינונגס-פארשידנהייט און אייער פארלאנגטע שליכטונג. מערסטנס מיינונגס-פארשידנהייטן קען מען שליכטן אויף דעם אופן.
- מיר טוען ביידע געמיינזאם צושטימען צו שליכטן סיי וועלכע גערעכטליכע מיינונגס-פארשינדהייטן צווישן אונז אויסשליסליך דורך ענדגילטיגע און געבינדענע פארמיטלונג אנשטאט אריינגעבן א פראצעס אין געריכט. די פארטייען שטימען איין און באשטעטיגן אז די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג איז באווייז אז א טראנזאקציע וועלכע נעמט אריין אינטערסטעיט האנדל און אז די פעדעראלע פארמיטלונג אקט (9 U.S.C. §§ 1-16) (“FAA”) וועט קאנטראלירן איר אפטייטש און אינפארסירונג און פראצעדורן אין איינקלאנג דעראין און וועט צולייגן צו סיי וועלכע און אלע קלאגעס וועלכע שטאמען ארויס פון אדער זענען פארבינדן צו אייער צוטריט אדער באנוץ פון די סערוויסעס אדער פראדוקטן, סיי וועלכע קאמיוניקאציעס, רעקלאמעס אדער מארקעטינג דורך אדער וועגן אונז אדער די סערוויסעס אדער פראדוקטן, סיי וועלכע פראדוקטן אדער סערוויסעס פארקויפט אדער פארשפרייט דורך די סערוויסעס וועלכע איר האט ערהאלטן אלס א קאנסומער פון אונזערע סערוויסעס אדער פראדוקטן, סיי וועלכע הינזיכט פון אייער פארבינדונג אדער טראנזאקציעס מיט אונז, סיי וועלכע פון אייער פאקטישע אדער אנגעבליכע אינטעלעקטועל פראפערטי רעכטן, און אלע אנדערע הינזיכטן פון אייער פארבינדונג מיט אונז, פון פארדעם אדער אין די צוקונפט, אפגעזען אויב עס קומט פון פעדעראלע, סטעיט אדער לאקאלע סטאטורי און/אדער אלגעמיינע געזעץ (אלעס צוזאמען, די "מיינונגס-פארשינדהייט"). מיר טוען אויך ביידע קלאר צושטימען אז די אפמאך וועט זיין קאנטראלירט דורך די FAA אפילו אין פאל וואס איר און/אדער אונז און/אדער די טערמינען זענען אויסער דעם אויסגעשלאסן פון די FAA. סיי וועלכע מיינונגס-פארשידנהייטן אין דעם הינזיכט זאל ווערן געשליכטעט אויסדריקליך דורך א פארמיטלער.
- קלאס-אקציע וועיווער. מיר טוען ביידע געמיינזאם איינשטימען אז דורך אריינגיין אין די אפמאך צו פארמיטלען, טוען מיר ביידע אויפגעבן אונזער רעכט צו האבן סיי וועלכע מיינונגס-פארשינדהייט אדער קלאגע געברענגט, געהערט אדער פארמיטלט, אדער אנטיילנעמען אין, א קלאס אקציע, געמיינזאמע שריט און/אדער פארשטייער שריט, און א פארמיטלער זאל נישט האבן די אויטאריטעט צו הערן אדער פארמיטלען סיי וועלכע קלאס, געמיינזאמע אדער פארשטייער שריט ("קלאס אקציע וועיווער"). אין סיי וועלכע פאל אין וועלכע (1) די מיינונגס-פארשינדהייט ווערט אריינגעגעבן אלס א קלאס, געמיינזאמע אדער פארשטייער אקציע און (2) עס איז דא אן ענדגילטיגע געריכטליכע אפשטימונג אז אלע אדער טייל פון די קלאס אקציע וועיווער איז אומאיינפירבאר, די קלאס, געמיינזאמע און/אדער פארשטייער אקציע אויף די פארנעם דארף ווערן געהערט אין א ציווילע געריכט פון געניטע יוריסדיקציע, אבער די טייל פון די קלאס אקציע וועיווער וועלכע איז איינפירבאר זאל ווערן אינפארסירט אין פארמיטלונג.
- סיי וועלכע מיינונגס-פארשידנהייט זאל ווערן באשטימט דורך ענדגילטיגע און בינדנע פארמיטלונג אדמיניסטרירט דורך די אמעריקאנער פארמיטלונג איינהייט (American Arbitration Association, "AAA") אונטער איר קאנסומער פארמיטלונג געזעצן, אונז, סיידן די פארטייען שטימען שריפטליך צו צו עפעס אנדערש. אפגעזען וועלכע פארטיי ברענגט א קלאגע אויסגעשטעלט צו פארמיטלונג, וועט יעדע פארטיי זיין פאראנטווארטליך פאר פארמיטלונג אפצאלונגען אין איינקלאנג מיט די גילטיגע געזעץ און פארמיטלונג פארשריפטן. אויב, אבער, סיי וועלכע געזעצן פארלאנגט Lime צו באצאלן א גרעסערע טייל אדער אלע אפצאלונגען און קאסטן פאר טייל 3 צו זיין אינפארסירבאר, דאן וועלן מיר האבן די רעכט אויסצווועלן צו באצאלן די אפצאלונגען און קאסטן און פארזעצן מיט פארמיטלונג.
- אויב א פערזענליכע פארמיטלונג הירינג ווערט פארלאנגט, דאן וועט עס ווערן דורכגעפירט אין די "מעטריפאלאטין סטאטיסטישע ארט" (ווי אפגעטייטשט דורך די U.S. סענסוס ביראו) וואו איר זענט אן איינוואוינער ביים צייט ווען די מיינונגס-פארשינדהייט ווערט אריינגעגעבן פאר פארמיטלונג. דער פארמיטלער אדער פארמיטלונג פאנעל, ווי די פאל קען מעגליך זיין, וועט זיין גילטיג און זיין געבינדן דורך טייל 3 און סיי וועלכע אנדערע טערמינען, און וועט באשטימען סיי וועלכע מיינונגס-פארשידנהייט לויט די גילטיגע געזעצן און פאקטן באזירט אויף די רעקארד און קיין שום אנדערע באזיס, און וועט ארויסגעבן א לאגישע שענקונג.
- דעלעגאציע באדינגונג. בלויז א פארמיטלער, און נישט קיין פעדעראלע, סטעיט, אדער לאקאלע געריכט אדער אגענטור, זאל האבן אויסדריקליכע אויטאריטעט צו שליכטן סיי וועלכע מיינונגס-פארשידנהייט וועלכע קומט ארויס פון אדער פארבינדן צו די אפטייטש, גילטיגקייט, אינפארסונג, אדער שאפונג פון די געמיינזאמע פארמיטלער אפמאך, אריינגערעכנט אן באגרעניצונג סיי וועלכע קלאגע וואס אלע אדער סיי וועלכע טייל פון די געמיינזאמע פארמיטלונג אפמאך איז נישט גילטיג אדער אומגילטיג. א פארמיטלער זאל אויך האבן אויסשליסליכע אויטאריטעט צו שליכטן אלע שטאפלען פארמיטלונג ענינים, אריינגערעכנט ענינים פארבינדן אויב די טערמינען זענען גילטיג, אומעטיש, אדער נישט ריכטיג און סיי וועלכע באשיצונג צום פארמיטלונג, אריינגערעכנט אן באגרעניצונג וועיווער, אפהאלט, לעטשעס, אדער עסטאפעל. אפגעזען פון סיי וועלכע אנדערע באדינגונג ענטהאלטן אין טייל 3, סיי וועלכע קלאגע וואס אלע אדער טייל פון די קלאס אקציע וועיווער איז אומאיינפירבאר, נישט עטיש, אומלעגאל, נישט גילטיג אדער אומגילטיג קען בלויז באשטימט ווערן דורך א געריכט פון געניטע יוריסדיקציע און נישט דורך א פארמיטלער. אלע אנדערע מיינונגס-פארשידנהייטן אנבאלאנגט אויב די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג איז אומאיינפירבאר, אומעטיש, גילטיג, נישט גילטיג אדער אומגילטיג זאל בלויז ווערן באשטימט דורך א פארמיטלער, און נישט דורך סיי וועלכע געריכט.
- אפליקאציע צו דריטע פארטייען. די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג זאל זיין געבינדן אויף, און זאל איינשליסן סיי וועלכע קלאגעס געברענגט דורך אדער אנטקעגן סיי וועלכע דריטע פארטייען, אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו אייער מאן/ווייב, דאמעסטישע שותף, יורשים, עסטעיט, דריטע-פארטיי געניסער און באשטימטע, וואו זייער אונטערליגנדע קלאגעס שטאמען פון אדער האבן צו טון מיט אייער באנוץ פון די פראדוקטן אדער סערוויסעס. ווי ווייט סיי וועלכע אנדערע דריטע פארטיי געניסער צו די אפמאך ברענגט קלאגעס אנטקעגן Lime, זאלן די קלאגעס אויך זיין אויסגעשטעלט צו די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג.
- אויסער ווי געברענגט אין די קלאס אקציע וועיווער, קען דער פארמיטלער שענקען אלע לעזונגען צו וועלכע א פארטיי איז בארעכטיגט צו אונטער גילטיגע געזעצן און וועלכע וואלט אויסער דעם געווען אוועילעבל אין א געריכט פון געזעץ, אבער זאל נישט ווערן געשאנקען סיי וועלכע לעזונגען וועלכע וואלט נישט געווען אוועילעבל אין א געריכט פון געזעץ פאר די קלאגעס געברענגט אין פארמיטלונג. דער פארמיטלער זאל אויך צולייגן די סטעיט אדער פעדעראלע סובסטענטיוו געזעץ, אדער ביידע, ווי עס איז שייך.
- די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג וועט איבערלעבן סיי וועלכע שליסונג פון די סערוויסעס און/אדער פראדוקטן און/אדער פארבינדונג מיט אונז.
- די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג איז די גענצליכע און פולקאמע צושטימונג פארבינדן צו די פארמאלע שליכטונג פון מיינונגס-פארשינדהייטן געדעקט דורך די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג. אין פאל סיי וועלכע טייל פון די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג ווערט באטראכט אלץ אומאיינפירבאר, וועט די פארבליבענע טייל פון די געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג זיין איינפירבאר.
- אויסנאמען צו די פארמיטלונג באדינגונג: טראץ די פריערדיגע, טוט נישט די פארלאנג צו פארמיטלען מיינונגס-פארשידנהייטן אין די אפטיילונג זיין גילטיג צו:
- קליינע קלאגעס. איר אדער Lime קען ברענגען א מיינונגס-פארשידנהייט אין קליינע קלעימס געריכטן פון א געניטע יוריסדיקציע (בלויז אויב די קליינע קלעימס געריכט טוט נישט ערלויבן קלאס אדער ענליכע פארשטייער אקציעס אדער שליכטונג). Lime רעזערווירט די רעכט אפצוווארפן אייער פארלאנג פאר פארמיטלונג פאר סיי וועלכע מיינונגס-פארשידנהייט וועלכע קען ווערן געשליכטעט אין קליינע קלעימס געריכטן.
- IP קלאגעס. מיינונגס-פארשידנהייטן פארבינדן בלויז צו סיי וועלכע אנגעבליכע פארלעצונג פון אינטעלעקטועל פראפערטי רעכטן, אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו פאטענט, קאפירייט, טרעידמארק, טרעידנאמען, טרעיד קלייד, טרעיד סוד, אדער מאראלע רעכטן וועלכע איר אדער Lime האט, איז אויסגעשלאסן פון די פארמיטלונג פאדערונג. אלע אנדערע מיינונגס-פארשידנהייטן, אריינגערעכנט פובליסיטי רעכטן, פריוואטקייט רעכטן, און מיינונגס-פארשידנהייטן וועלכע זענען נישט פארבינדן צו אינטעלעקטועלע פראפערטי אדער אינטעלעקטועלע פראפערטי רעכטן אבער זענען צוזאמען איינגעגעבן מיט IP קלאגעס, פארבלייבן אויסגעשטעלט צו די פארמיטלונג פאדערונג.
4. Lime באנוצער אקאונט
- אויפשטעלן אן אקאונט. כדי צו נוצן מערסטנס הינזיכטן פון די סערוויסעס, דארפט איר זיך רעגיסטרירן פאר און אויפהאלטן אן אקטיווע פערזענליכע באנוצער אקאונט, וועלכע פארלאנגט א גילטיגע דעביט אדער קרעדיט קארטל אדער אנדערע באשטעטיגטע באצאלונג מיטל מיט אן אפלויף דאטום און בילינג פאסט קאוד ווי אויך אנדערע פארלאנגטע אינפארמאציע געוואנדן אויף די סערוויס (צום ביישפיל, א דרייווער'ס לייסענס ווערט פארלאנגט פאר געוויסע סערוויסעס אין געוויסע יוריסדיקציעס). אנדערע אקאונט אויפמאכונג און באצאלונג מיטלען זענען אוועילעבל פאר געוויסע פון אונזערע סערוויסעס אויב זיי זענען אוועילעבל אין אייער געגנט, צום ביישפיל Lime Access. וואס איר שטעלט אונז צו מוז זיין וואר, ריכטיג, פולקאם און לעצטיג ווי נויטיג צו פארבלייבן אקוראט. אויב שייך, מאכט א באנוצער נאמען און א שטארקע פאסווארד און טיילט דאס נישט מיט מיט קיינעם - אייער אקאונט איז פערזענליך פאר אייך און איז נישט געאייניגט פאר קיינעם אנדערש, און איר זענט פאראנטווארטליך פאר אלע שריט וועלכע פאסירט אונטער איר. לאזט אונז זאפארט וויסן אויב איר פארדעכטיגט אומאויטאריזירטע באנוץ פון אייער אקאונט. מיר האבן די רעכט צוצושטעלן אינפארמאציע איבער אייך אדער אייער פארשידענע אקאונט איינצלהייטן (ווי בילינג, אקאונט, אינהאלט אדער רעקארדס פון באנוץ און פארבינדענע אינפארמאציע) אויב פארלאנגט דורך די געזעץ (וועלכע קען אריינרעכענען געפאדערטע אינפארמאציע מיטטיילונג מיט רעגירונגען), און צו באשיצן אונזערע רעכטן, קאסטומערס אדער פירמע.
- א באמערקונג אויף שווינדל. מיר נעמען עס ערנסט, סיי פאר אונזער זיכערהייט און פאר אייערס. איר קענט בלויז נוצן א מיטל צו באצאלן וועלכע איר האט די לעגאלע רעכט צו נוצן און איר אויטאריזירט אונז צו רעכענען סיי וועלכע מיטל פון באצאלונג וועלכע איר האט באשטימט פאר סיי וועלכע קאסטן איר באקומט. אויב מיר פארדעכטיגן אז סיי וועלכע אינפארמאציע איר האט אונז צוגעשטעלט איז נישט ריכטיג, נישט פוקלאם אדער שווינדלעריש, קענען מיר אפשטעלן אדער פארשליסן אייער אקאונט ביז די פראבלעם ווערט געלעזט. איר וועט פארלירן צוטריט דורכאויס יענע צייט צו געוויסע אדער אלע אונזערע סערוויסעס, אדער צייטווייליג אדער פאר אייביג.
5. נוצן די עפפ און אונזערע סערוויסעס
איינמאל אייער אקאונט ווערט ריכטיג אויפגעשטעלט, קענט איר נוצן די Lime עפפ צו טרעפן, רעזערווירן און/אדער האבן צוטריט צו אונזער אוועילעבל סערוויסעס.
- רעזערוואציעס. Lime רעזערווירט די רעכט צו אננעמען אדער אפזאגן רעזערוואציע פארלאנגען, און די ערהאלטונג פון א רעזערוואציע באשטעטיגונג מיינט נישט אן אננעמונג אדער א באשטעטיגונג פון Lime'ס סערוויס אדער מעגליכקייט צו מאכן די סערוויסעס אוועילעבל אין סיי וועלכע פאל. אייער צוטריט צו און באנוץ פון Lime'ס סערוויס ווערט נישט באשטעטיגט ביז א רייזע פאנגט זיך אן. אויב אייער רעזערוואציע דורך די עפפ ווערט צוריקגעוויזן נאך אייער פארלאנג, וועט איר ערהאלטן די ריפאנד וועלכע איז שייך אויב אייער מיטל פון באצאלונג איז פאקטיש גערעכנט געווארן. אויב די פרייזן אין די עפפ וועלן נישט זיין ריכטיג פאר סיי וועלכע אורזאך, רעזערווירן מיר די רעכט אפצוזאגן אדער צוריקווייזן א פארבינדענע רעזערוואציע און מיר וועלן אייך געבן די נויטיגע ריפאנד.
- פארשריפטן צו רייזן - נוצן די Lime סערוויסעס. איר שטימט איין צו זיין אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן צו רייזן וועלכע איז שייך צו יעדע Lime פראדוקט וואס איר נוצט. פארפעלן דאס צו טון קען פאראורזאכן אפצאלונגען, שטראפן, אדער אויפהאלטונג אדער שליסונג פון אייער אקאונט.
- פארלאנגען צו נוצן Lime פראדוקטן און סערוויסעס. איר זענט פארבאטן פון האבן צוטריט צו אדער נוצן די Lime פראדוקטן אדער סערוויסעס בשעת'ן זיין אונטערן איינפלוס פון אלקאהאל, דראגס, אדער סיי וועלכע אנדערע באשטאנדטייל וועלכע קען שטערן אייער מעגליכקייט צו פירן א וויהיקל אויף א זיכערן אופן. אויב, טראץ די פארבאט, לאגישקייט, און (מעגליך) לאקאלע געזעצן און פארשריפטן, וועלט איר אויס צו פירן Lime'ס סערוויסעס אדער פראדוקטן בשעת'ן זיין אונטערן איינפלוס, באשטעטיגט איר און זענט איינשטימיג אנצונעמען אלע ריזיקעס פארבינדן מיט אדער וועלכע שטאמען פון אייער באנוץ פון Lime'ס פראדוקטן אדער סערוויסעס, און איר טוט דערביי אויסדריקליך אויפגעבן סיי וועלכע און אלע קלאגעס אנטקעגן די פרייגעלאזטע פארטייען וועלכע זענען אין סיי וועלכע וועג פארבינדן מיט אדער וועלכע קומען ארויס פון אייער באנוץ פון Lime'ס סערוויסעס אדער פראדוקטן. נאכמער, ווי ווייט איר ערלויבט אנדערע צו האבן צוטריט צו און נוצן Lime'ס פראדוקטן אדער סערוויסעס אונטער אייער באנוצער אקאונט (צ.ב., א גרופע רייזע) און זיי זענען אונטערן איינפלוס, באשטעטיגט איר און זענט איינשטימיג אויפצוגעבן סיי וועלכע און אלע קלאגעס אנטקעגן די פרייגעלאזטע פארטייען, און איר טוט פולשטענדיג אויפגעבן און האלטן אומשולדיג די פרייגעלאזטע פארטייען פון און אנטקעגן סיי וועלכע קלאגעס, קאסטן, אויסגאבן, און ענליכס וועלכע ווערן געברענגט דורך די אנדערע פארטייען.
באמערקונג: אין געוויסע צייטן, פלעצער, אדער אין איינקלאנג מיט לאקאלע רעגולאציע, געזעצן, אדער באפעלן, וועט די Lime עפפ אייך דערמאנען פון די פארבאט אנטקעגן באגרעניצטע באנוץ פון די Lime פראדוקטן אדער סערוויסעס דורך ארויסלייגן די מעלדונג, אונטן. איר טוט קלאר באשטעטיגן אז איר זענט נישט באגרעניצט און איר פארשטייט און שטימט צו צו זיין געבינדן דורך די פארבאט אנטקעגן די באגרעניצטע באנוץ פון Lime פראדוקטן און סערוויסעס.
רייזט נישט בשעת'ן זיין אונטערן איינפלוס. עס איז שעדליך פאר זיך און פאר אנדערע, אפטמאל אומלעגאל, און א פארלעץ פון Lime'ס באנוצער אפמאך. טוט דאס נישט. דורך פארזעצן, באשטעטיגט איר אז איר האט נישט געטרינקן/גענומען דראגס, און אויסדריקליך אויפגעגעבן און פרייגעלאזט אלע קלאגעס און איינגעשטימט צו דעקן אלע שאדן וואס קומט ארויס פון די רייזע ווי ווייט ערלויבט דורך די גילטיגע געזעץ ווי געברענגט אין די באנוצער אפמאך.
- אונזערע סערוויסעס פארלאזן זיך אויף טעכנאלאגיע, אריינגערעכנט ווייערלעס נעטווארקס און מאביל געצייג, דעריבער קען א פארשפעטיגונג אדער שטאטקייט פאסירן פון צייט צו צייט באזירט אויף אייער פארבינדונג, פלאץ, אדער געצייג געניטקייט. אזעלכע קורצע פארשפעטונגען זענען נארמאל און ווערן נישט פאררעכנט אלץ סערוויס שוואכקייטן.
- אונזערע וויהיקלס ווערן בלויז געגעבן פאר באנוץ דורך איין רייזנדע. איר קענט נישט טראגן א פאסאזשיר, קינד, אדער בעלי חיים מיט אייך אינעם וויהיקל.
- איר זענט אומווייניגסטס 18 יאר אלט און איר האט א גילטיגע לייסענס (וואו פארלאנגט).
- איר קענט פירן אונזערע וויהיקלס אויף א געניטן און פארזיכערטן אופן און באשטעטיגט אז:
- איר ווייסט וויאזוי, און איר קענט פיזיש, נוצן אונזערע וויהיקלס אויף א פארזיכערטן אופן און מיט קעיר.
- איר וועט נישט נוצן א וויהיקל אויב איר האט א צושטאנד וועלכע באווירקט אייער מעגליכקייט צו רייזן אויף א פארזיכערטן אופן (צ.ב. באגרעניצטע באלאנס).
- איר וועט נישט טראגן סיי וועלכע פראדוקטן סיידן עס איז גוט צוגעטשעפעט אויף א פארזיכערטן אופן אין א וויהיקל קארב, וואו אוועילעבל.
- איר וועט נישט נוצן סיי וועלכע מאביל געצייג ביים רייזן א וויהיקל. איר זאלט נישט טעקסט'ן אדער רופן מענטשן בשעת איר פארט און איר זאלט זיך אפשטעלן אויף א זיכערן אופן איידער איר טוט דאס.
- איר פארשטייט אז שלעכטע וועטער און שאסיי אומשטענדן (ווי רעגן, שניי, אייז, א.ד.ג.) קען באווירקן ביים רייזן און זיך אפשטעלן און איר וועט אראנזשירן אייער רייזע אויפפירונג לויט דעם. איר וועט זיין וואכזאם אויב איר פארט ביינאכט. איר שטימט איין נישט צו רייזן, אדער אפשטעלן אייער רייזע אויף א פארזיכערטן אופן סיי ווען, אויב איר שפירט זיך אומזיכער.
- זייט וואכזאם איבער קארן, ביציקלעך, סקוטערס, און פיסגייער די גאנצע צייט און זייט אויפמערקזאם ווען איר רייזט אין פלעצער וועלכע ווערן גענוצט דורך אנדערע. פארט נישט אויף שאסייען וואו אונזערע פראדוקטן זענען נישט ערלויבט דורך די לאקאלע געזעץ (צ.ב., הייוועיס).
- אין געוויסע סיטיס, פאדערן די לאקאלע געזעצן אדער פארשריפטן אז מיר זאלן אויפהערן צו אפערירן אדער נידערן די שנעלקייטן, דורכאויס געוויסע שעות (א "קורפיו צייט-אפשניט"). מען וועט אייך איינמעלדן וועגן אזעלכע קורפיו אין די עפפ, און רייזעס וועלן זיך אויטאמאטיש אויפהערן ביים אנהויב פון אזא קורפיו צייט-אפשניט. איר זענט פאראנטווארטליך צו ענדיגן אייער רייזע איידער די קורפיו הייבט זיך אן. מיר זענען נישט פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע אומבאקוועמליכקייט פאראורזאכט דורך קורפיו פארבינדענע שליסונגען.
- י״א.ביים סוף פון אייער רייזע, דארפט איר פארקירן דעם וויהיקל אויף ארויף אין די באשטימטע ערטער אין די Lime עפפ, צו פארזיכערן אז עס טוט נישט שטערן צוטריט אדער טרעפיק.
- י״ב.איר האט געזען, פארשטאנען, און זענט איינשטימיג צו זיין אין איינקלאנג מיט Lime'ס 'וויאזוי צו פארן' און לאקאלע פארשריפטן, וועלכע זענען אוועילעבל אין אייער Lime עפפ זיכערהייט צענטער.
- כאטש מיר טוען אונזער בעסטע אייך צו אויסלערנען וויאזוי לאקאלע געזעצן טוען קאנטראלירן וויאזוי צו נוצן אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס, האט איר זיך באקאנט געמאכט מיט לאקאלע געזעצן (שנעלקייט באגרעניצונגען, העלמעט געזעצן, פארקינג געזעצן, פלעצער וואו פארן איז באגרעניצט אדער פארבאטן, א.ד.ג.), וועלכע איר שטימט איין אויסצופאלגן. נוצט נישט אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס וואו אדער ווען פארבאטן. איר זענט פאראנטווארטליך אויסצופאלגן אלע לאקאלע טרעפיק פארשריפטן, רעגולאציעס, און אלע אויפגעהאנגענע שילדן.
- אן עפפ קען אייך ווייזן אן אנגעצייכנטע וועג, אוועילעבל פארקינג פלעצער, און א געשאצטע רייזע פרייז באזירט אויף אייער דעסטינאציע. דאס איז בלויז פאר אינפארמאציע צוועקן. פארגעשלאגענע פארקינג נאדלעך קענען ווערן נישט אוועילעבל דורכאויס אייער רייזע, און די וועג קוואליטעט קען זיין פארשידן געוואנדן אויף אומשטענדן אינדרויסן פון Lime'ס קאנטראל (צ.ב., טרעפיק, בוי-ארבעט, לאקאלע געזעצן). די ענדגילטיגע פרייז פון אייער רייזע קען זיין אנדערש פון די ערשטע שאצונג.
- פארשריפטן אויף העלמעטס.
- טראגן א העלמעט (בעסער א Snell, CPSC, ANSI אדער ASTM--באשטעטיגטע) איז שטארק רעקאמענדירט סיי ווען איר נוצט אונזערע וויהיקלס. אייער העלמעט זאל זיין די ריכטיגע מאס, צוגעפאסט און צוגעטשעפעט לויט די פירמע'ס אנווייזונגען.
- העלמעטס און אנדערע באשיצנדע געצייג קען פארמינערן די ריזיקע אדער ערנסטקייט פון שאדן אבער איז נישט א פארזיכערונג צו פארמיידן פערזענליכע שאדן.
- איר דארפט טראגן א העלמעט וואו פארלאנגט כדי צו נוצן אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס.
- אויב איר רייזט אן א העלמעט און איר ווערט געשעדיגט צוליב דעם, טוט איר אויפגעבן סיי וועלכע און אלע קלאגעס אנטקעגן די פרייגעלאזטע פארטייען וועלכע קומען פון אייער באנוץ פון Lime'ס סערוויסעס אדער פראדוקטן און איר נעמט אן אלע ריזיקעס.
- ט״ז.זיכערהייט אויפפאסונגען.
- איידער איר רייזט מיט א Lime וויהיקל, פירט דורך א זיכערהייט אונטערזיכונג, אריינגערעכנט אלע פון די פאלגנדע:
- אונטערזוכט די ברעיקס דורך קוועטשן יעדע איינע און שאקלען די וויהיקל אהין און צוריק. דער וויהיקל דארף זיך נישט צו רוקן.
- אונטערזוכט דעם וויהיקל פאר שאדן אדער שפאלטן (די קערפער, ראם, גאפל, רעדל, פענדער, א.ד.ג.).
- קוקט צו מאכן זיכער אז די וויהיקל'ס רעדלעך זענען ריכטיג אויפגעבלאזן.
- קוקט צו פארזיכערן אז די פארנט און הונטערשטע לעקטער ארבעטן און די רעפלעקטארס זענען פארזיכערט.
- באשטעטיגט אז די זיץ, פעדאלס, און קארב(ן), אויב פארהאן, זענען זיכערערהייט צוגעטשעפעט און ריכטיג אריינגעפאסט.
- אונטערזוכט די באטעריע לעבן וואס איז פארבליבן און באשטעטיגט אז עס איז גענוג צו דערגרייכן אייער דעסטינאציע.
- אויב איר באמערקט סיי וועלכע צייכנס פון שאדן אדער געברויך פאר אויפהאלטונג דורכאויס אייער זיכערהייט אונטערזיכונג נוצט נישט דעם וויהיקל.
- ביטע באריכט דאס זאפארט צו אונז דורך אריינגעבן א פארלאנג דורך אונזער הילף צענטער אדער אין אייער Lime עפפ הילף מעניו און רעזערווירט אן אנדערע וויהיקל.
- אויב איר באמערקט עפעס דורכאויס אייער רייזע, שטעלט אפ אייער רייזע ווי שנעל מעגליך אויף א פארזיכערטן אופן.
- אויב איר באריכט נישט שאדן וועלכע איר טרעפט, קען עס פירן די שולד צו אייך און איר וועט מעגליך געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע פארבינדענע קאסטן.
- פארבאטענע באנוצן.
- איר ווערט פארבאטן פון נוצן אונזערע וויהיקלס פאר סיי וועלכע אומלעגאלע צוועק אדער אפערירן אומזיכערערהייט אויף סיי וועלכע אופן נישט געאייניגט ווי אראפ פונעם שאסיי, זיך פארמעסטן, סטאנט אדער טריק רייזן, אדער דורך שטייעדיגע וואסער.
- אויסער ווי אנדערש איינגעשטימט דורך Lime אין א באזונדערע שריפטליכע אפמאך, קענט איר נישט נוצן אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס אויפצונעמען, באלוינען אדער פאר סיי וועלכע אנדערע קאמערציאלע באנוץ (ווי רעקלאמעס, רייזע-מיטטיילונג אדער עסן ליפערונג). און אודאי, נוצט נישט אונזערע סערוויסעס אדער פראדוקטן אין פארבינדונג מיט די פארלעצונג פון סיי וועלכע געזעץ.
- איר מעגט נישט ערלויבן אנדערע צו האבן צוטריט צו אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס דורך נוצן אייער אקאונט, סיידן ביים נוצן גרופע רייזע וואו אוועילעבל.
- איר זאלט נישט טשעפענען אדער וואנדאליזירן אונזערע וויהיקלס אדער זייערע באשטאנדטיילן, אדער פרובירן צו באקומען אומאויטאריזירטע אדער שווינדלערישע צוטריט צו אונזער סערוויס.
- ביטע שליסט נישט סיי וועלכע פראדוקט מיט א שלאס וואס איז נישט אונזערע, וויבאלד מיר קענען עס דערנאך נישט אויפשליסן (!).
- ביטע לאזט נישט א פראדוקט אויף אן אופן אדער פלאץ וואו איר האט נישט צוטריט דערצו (אויב יעדער טוט דאס, וואלט נישט איבערגעבליבן קיין פראדוקטן צו נוצן). מיר קענען אייך רעכענען ביז $500 אויב מיר קענען נישט האבן צוטריט צו סיי וועלכע פראדוקט צוליב אייער שריט.
- איר קענט אויך נישט נוצן אונזערע סערוויסעס אדער פראדוקטן צו אנטיילנעמען אין אקטיוויטעטן נישט געאייניגט פאר די ספעציפישע פראדוקט אדער סערוויסעס'ס באנוץ. געוויסע פון די אנווייזונגען זענען פארשטענדליך, און מיר ערלויבן דאס נישט צום ביישפיל, קיינע פארמעסטונגען, רייזן אויף בערג, סטונטס אדער טריק-רייזן, פארן ארויף אדער אראפ שטיגן, און נישט אראפנעמען א פראדוקט פונעם שאסיי אדער דורך ריזיגע מאסן פון וואסער (אויסער נארמאלע אורבען-רייזן, ווי פארשטענדליך). אלע אויבן-דערמאנטע אופנים פון באנוץ קען שעדיגן אונזערע פראדוקטן אדער פאראורזאכן ערנסטע שאדן אדער טויט צו אייך אדער איינער אנדערש.
- י״ח.וואג באגרעניצונג.
- די מאקסימום וואג מאסע, אריינגערעכנט אייער וואג און אלע פראדוקטן וועלכע איר קענט פירן, זאל נישט איבערשטייגן
- Lime Gen 4 ebike- 265 פונט (120 kg)
- סקוטער/סקוטער מיט א זיץ- 220 פונט (100 kg)
- LimeBike/LimeGlider- 320 פונט (142 kg)
- די מאקסימום וואג פאר פעקלעך זאל נישט איבערשטייגן:
- Lime Gen 4 ebike/LimeBike/LimeGlider פארנט קארב- 15 פונט (7 kg)
- סקוטער מיט א זיץ הונטערשטע קארב- 19 פונט (8.7 kg)
- LimeBike/LimeGlider הונטערשטע קארב- 30 פונט (15 kg)
- י״ט.ערזאץ קאסט. אויב איר שעדיגט א וויהיקל אדער די וויהיקל ווערט באטראכט אלס פארלוירן אדער גערויבט אונטער די טערמינען פון אונזער באנוצער אפמאך, וועט איר זיין פאראנטווארטליך פאר די פארבינדענע קאסטן. די ערזעצונג קאסט פון א Lime וויהיקל איז ביז צו $1,500.
- אונזערע פראדוקטן זענען אלע עלעקטראנישע פראדוקטן. מיר האבן נישט קיין אומבאגרעניצטע סומעס פון עלעקטראנישע פראדוקטן און זיי זענען נישט אייביג אוועילעבל. דאס גייט פאר אונזערע אנדערע פראדוקטן אויך.
- כ״א.עלעקטראנישע וויהיקלס פארלאנגען א באטעריע טשארדזש פון צייט צו צייט און זייער טשארדזש שטאפלען ווערט ווייניגער מיט די צייט און באנוץ. פילע פאקטארן, אריינגערעכנט וועטער, טערעין, און וויהיקל סארט, קען באווירקן ווי שנעל א באטעריע נוצט זיך אויס. כאטש מיר ארבעטן שווער צו פארזיכערן אז אונזערע וויהיקלס זענען אין אלגעמיין גוט געטשארדזשד, איז עס אייער פאראנטווארטליכקייט צו איבערקוקן די באטעריע שטאפל איידער איר רייזט און צו מאכן זיכער אז עס איז גענוג פאר אייער געאייניגטע רייזע. מיר קענען נישט פארזיכערן אז די טשארדזש וועט זיין גענוג צו דערגרייכן אייער דעסטינאציע.
- כ״ב.גרופע רייזעס. פאר געוויסע וויהיקל סארטן, קען די סערוויסעס אייך ערלויבן אנצופאנגען א "גרופע רייזע," וואס ערמעגליכט אייך אז אייערע געסט זאלן האבן צוטריט און נוצן Lime סערוויסעס אונטער אייער אקאונט, אן די געברויך פון זייער אייגענע פערזענליכע באנוצער אקאונט. איר באשטעטיגט און שטימט איין אז כדי צו נוצן די איינריכטונג, זענט איר פאראנטווארטליך צו פארזיכערן אז אלע אייערע געסט האבן פערזענליך געליינט און צוגעשטימט צו זיין געבינדן צו די טערמינען און האבן אדורכגעליינט אונזער פריוואטקייט מעלדונג. איר זענט גענצליך פאראנטווארטליך צו (1) פארזיכערן אז אלע אייערע געסט זענען כאטשיג 18 יאר אלט (אדער אנדערע לעגאלע יארגאנג פון מאיאריטעט), (2) סיי וועלכע שאדן אדער שעדיגונג וואס פאסירט דורכאויס די גרופע רייזע וועלכע ווערט פאראורזאכט דורך אייער אדער אייערע געסט, (3) בלויז ערלויבן איין געסט פער וויהיקל, (4) באצאלן פאר אלע קאסטן וואס פאסירט אין פארבינדונג מיט אייער גרופע רייזע, און (5) איר זענט לעגאל פאראנטווארטליך פאר אלע אייערע געסטס' שריט ווי עס וואלט געווען אייער אייגנס. אייערע געסט וואס נוצן סערוויסעס זענען אויסדריקליכע און געאייניגטע דריטע-פארטיי געניסער פון די טערמינען, און וועלן זיין געבינדן דורך די טערמינען, אריינגערעכנט די פארמיטלונג באדינגונג געברענגט אין טייל 3 (געמיינזאמע פארמיטלונג באדינגונג).
- כ״ג.באהאנדלט אונזערע פראדוקטן מיט רעספעקט.
- ריכטיגע באנוץ. אויב אלע קאסטומערס באהאנדלען אונזערע פראדוקטן מיט רעספעקט, וועלן מער פון זיי זיין אוועילעבל צו נוצן און אין א בעסערע צושטאנד. אונזערע פראדוקטן זענען צום באדויער נישט אומפארניכטבאר, דעריבער ביטע געבט אבאכט אויף זיי ווען זיי זענען אין אייערע הענט. זיי האבן באגרעניצונגען אין וואג, וועלכע איר קענט טרעפן אין די 'פארשריפטן צו רייזן' אויבן. איר קענט נישט נוצן סיי וועלכע פראדוקט צו שלעפן אדער ציען א טרעילער, וויהיקל אדער אנדערע זאך. מיר ערווארטן אייך צו נוצן די פראדוקטן אויף א זיכערן אופן, אריינגערעכנט ווען איר טראגט פעקלעך אין אלגעמיין (ווען די וויהיקל האט א זיכערע פלאץ צו שלעפן פעקלעך). צום ביישפיל, טראגט נישט פעקלעך אין א ביציקל'ס פארנט קארב אויב עס שטערט אייער זעה-קראפט. אויב איר לאזט איבער סיי וועלכע פערזענליכע אייגנטום אויף אדער אין אונזערע פראדוקטן אדער ביי אונזער לאקאציע (און מיר טרעפן עס), וועלן מיר עס האלטן פאר 90 טעג סיידן די געזעץ פארלאנגט לענגער.
- ריכטיגע פארקינג. די פארקינג פון א פראדוקט מוז פארקומען אין א פלאץ אינערהאלב די אפערירונג פלאץ אויסגעשטעלט אין די Lime עפפ, און, אויב אנגעצייגט דורך די Lime עפפ, אינערהאלב די פארארדענטע פארקינג זאנעס און פארארדענטע פארקינג פלעצער אין איינקלאנג מיט די לאקאלע שאסיי טרעפיק רעגולאציעס און די פארקינג פארשריפטן אויסגעשטעלט אין די Lime עפפ. פארקן אדער איבערלאזן א פראדוקט אינערהאלב א נאו פארקינג זאנע איז אויסדריקליך נישט ערלויבט.
- שאדן. מיר ערווארטן אז אויסער נארמאלע באנוץ, וועט איר צוריקקערן (דאס מיינט פארשליסן און/אדער אומאקטיוויזירן) א פראדוקט אין די זעלבע צושטאנד אין וועלכע איר האט עס באקומען. אויב איר שעדיגט עס (אומווילנדיג אדער בדוקאי), אדער איר פארפעלט עס ריכטיג צוריקצוקערן און עס פאסירט א שאדן, וועט איר זיין פאראנטווארטליך פאר די פארבינדענע קאסטן. דאס קען קאסטן טייער - איר קענט טרעפן די ערזעצונג קאסט פון יעדע פראדוקט אין די 'פארשריפטן צו רייזן' פאר יענע פראדוקט. די זעלבע קאסטן וועט זיין שייך פאר סיי וועלכע פראדוקט נישט צוריקגעקערט אינערהאלב 48 שעה, וועלכע מיר באטראכטן אלס פארלוירן אדער גערויבט און, געוואנדן אויף די אומשטענדן, וועלן מיר דארפן אריינגעבן א פאליציי באריכט אנטקעגן אייך. מיר רעזערווירן אויך די רעכט צו נעמען סיי וועלכע שריט אנטקעגן אייך וואס די געזעץ ערלויבט, אריינגערעכנט אייך האלטן שולדיג פאר די ווערד פונעם פראדוקט.
- דינגען צייט-אפשניטן. אין אלגעמיין, איז די מאקסימום צייט צו דינגען 90 מינוט, אבער עס קען זיין קורצער אין געוויסע מארקעטס, אדער לענגער אונטער א Lime Enterprise Solutions סערוויס. אייער רייזע אויפן פראדוקט וועט זיך ענדיגן נאכן דערגרייכן די מאקסימום דינגען צייט נאך די אנהויב פון דינגען דעם פראדוקט. טראץ די פריערדיגע, קענט איר נאכאמאל דינגען דעם פראדוקט נאכן ענדיגן די דינגען צייט אפשניט.
- אפנעמען דעם פראדוקט. אויב איר קענט נישט צוריקגעבן א פראדוקט צו א גילטיגע פלאץ (צום ביישפיל, איר דארפט עס איבערלאזן אויף א פריוואטע פראפערטי, אין א פארשפארטע קאמיוניטי אדער אויף אן אנדערע פלאץ וואו מען קען נישט דערגרייכן), און איר בעט אונז אפצונעמען דעם פראדוקט, קענען מיר אייך רעכענען אן אפנעמען קאסט פון ביז צו $500. אויב איר טוט פשוט איבערלאזן א פראדוקט אין א פלאץ וואו עס טאר נישט ווערן איבערגעלאזט, וועט איר זיין פאראנטווארטליך פאר אלע פארבינדענע קאסטן ביז עס ווערט אפגענומען, אין צוגאב צו א סערוויס אפצאל פון ביז צו $500. מיר קענען רעכענען די סומעס אין אונזער אייגענע אויסוואל צו סיי וועלכע מיטל פון באצאלונג אויף אייער אקאונט און אן א מעלדונג.
- עקסידענטן אדער שאדן צו פראדוקטן אין אלגעמיין. איר דארפט באריכטן סיי וועלכע עקסידענט, קראך, שאדן, פערזענליכע שאדן, אדער א גערויבטע אדער פארלוירענע פראדוקט צו אונז ביז צוויי (2) שעה פון די עקסידענט אדער פאסירונג דורך די Lime עפפ אונטער די זיכערהייט צענטער אדער, אין פאל איר ווערט געשעדיגט, ווי שנעל מעגליך נאך דעם עקסידענט אדער פאסירונג. אויב א פאסירונג פאראורזאכט פערזענליכע שאדן, פראפערטי שאדן אדער א גערויבטע פראדוקט, דארפט איר אריינגעבן א באריכט מיט די לאקאלע פאליציי אפטיילונג 24 שעה פונעם פאסירונג (אדער, אין פאל איר ווערט געשעדיגט, ווי שנעל מעגליך נאך די פאסירונג).
- אינשורענס. פאר געוויסע פראדוקטן און אין געוויסע פלעצער, קענען מיר צושטעלן פערזענליכע עקסידענט דעקונג און/אדער ריידער לייעביליטי דעקונג פאר אנגעוויזענע שאדן וועלכע שטאמען פון אייער באנוץ פון א פראדוקט אויב איר זענט פולשטענדיג אין איינקלאנג מיט, און זענט אין גענצליכע איינקלאנג מיט, די טערמינען און אלע גילטיגע אינשורענס טערמינען און באדינגונגען דא ביים צייט פונעם פאסירונג. אין געוויסע לאקאציעס, דארפט איר האבן אייער אייגענע מאטאר וויהיקל אינשורענס צו נוצן געוויסע פון אונזערע פראדוקטן. איר שטימט איין צו נוצן אייער אייגענע מאטאר וויהיקל אינשורענס אלס די פריימערי אינשורענס. שאדן מער ווי די באגרעניצונגען פון אונזער אינשורענס און אונטער סיי וועלכע גילטיגע אינשורענס דידאקטיבלס זענען אייער פאראנטווארטליכקייט. פונדעסטוועגן, אזעלכע פערזענליכע עקסידענט אדער ריידער לייעביליטי דעקונג טוט נישט דעקן שאדן וועלכע פאסירט ווען איר זענט אין פארלעצונג פון די טערמינען אדער סיי וועלכע אנדערע גילטיגע אינשורענס טערמינען און באדינגונגען, אין פאל פון אזא פאסירונג וועט איר זיין פאראנטווארטליך פאר די פולקאמע קאסט פון אזא שאדן. איר דארפט באקומען א פאליציי באריכט פון סיי וועלכע עקסידענט צו בענעפיטירן פון אונזער לייעביליטי דעקונג אדער איבעריגע לייעביליטי אינשורענס. אונזער דעקונג איז געוואנדן אויב איר באצאלט סיי וועלכע און אלע דידאקטיבל סומעס פאר יעדע קלאגע און אייער פולע קאאפעראציע מיט Lime, אויספארשער, און אונזערע אינשורענס שותפים אין פאל פון אן עקסידענט אדער שאדן צו מענטשן אדער פראפערטי. נישט קאאפערירן קען באווירקן אין נישט באקומען דעקונג אונטער אונזער אינשורענס פאליסיס, ווי באשטימט דורך אונזער אינשורענס פירמע. פאר מער אינפארמאציע אויף אינשורענס דעקונג, אויסנאמען און דידאקטיבלס, דריקט דא.
6. פינאנציעלע טערמינען
- פרייזן & באצאלונג. איר קענט נוצן אונזערע סערוויסעס אויף א פער-רייזע און/אדער סובסקריפשאן און/אדער באגרעניצטע צייט אנבאט באזיס (וואו אזעלכע אויסוואלן זענען אוועילעבל). געוויסע רייזעס קענען האבן א מינימאלע אפצאל וואס קען זיין אין צוגאב צו סיי וועלכע גילטיגע אנהויב/אויפשליסונג אפצאל. איידער איר פאנגט אן א רייזע, וועט איר זען די גילטיגע אפצאלונגען (צ.ב., אנהויב/אויפשליסונג אפצאל, פער מינוט אפצאל, און/אדער מינימאלע אפצאל). פאר די צוועק פון אויסרעכענען די אפצאלונגען גערעכנט, וועלן רייזע צייטן ווערן גערעכנט צו די נענטסטע מינוט. ביטע באמערקט אז מיר קענען טוישן די פרייזן פאר אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס סיי ווען ווי מיר קלערן איז נויטיג אדער פאסיג פאר אונזער פירמע. אונזערע פרייזן זענען איידער אריינרעכענען שטייערן (ווי סעילס און ווערד צוגעלייגט) און אנדערע גילטיגע רעגירונג קאסטן. רייזע פרייזן קענען זיין אויסגעשטעלט צו געוויסע טעכנישע אדער אפערירונג פאקטארן ווי געשילדערט אין טייל 4ד.
אייער רייזע גייט ווייטער, און אפצאלונגען ווערן צוגעלייגט, ביז די עפפ באשטעטיגט אז די רייזע האט זיך געענדיגט און די וויהיקל איז פארשלאסן. רייזע אפשטעל קען ווערן אויפגעהאלטן דורך מאביל נעטווארק פראבלעמען אדער טעכנישע פאקטארן, אריינגערעכנט אייער געצייג'ס אינטערנעט פארבינדונג. איר זענט פאראנטווארטליך צו פארזיכערן אז אייער רייזע ענדיגט זיך ריכטיג. איר וועט ווערן גערעכנט ביז די עפפ באשטעטיגט אז די רייזע האט זיך געענדיגט.
מיר וועלן לייגן א צייטווייליגע אפהאלט אויף אייער דעביט/קרעדיט קארטל אקאונט איידער איר פאנגט אן א רייזע צו באשטעטיגן אז אייער באצאלונג אינפארמאציע איז נאך אלס גילטיג און/אדער צו באשטעטיגן אז אייער דעביט/קרעדיט קארטל האט די נויטיגע געלט צו דעקן די קאסטן פאר יענע רייזע. פרי-אויטאריזאציע איז נישט אן אפצאל פאר אייער אקאונט, עס איז אן אפהאלט אויף יענע געלט. פרי-אויטאריזאציע קען פארמינערן אייער אוועילעבל באלאנס מיט די אויטאריזאציע סומע ביז עס ווערט ארויסגעלאזט אדער ריקאנסאלירט מיט די פאקטישע אפצאל. איר דארפט זיך פארבינדן מיט אייער באנק אדער די קארטל פירמע אויב איר האט פראגעס איבער ווען א פרי-אויטאריזאציע סומע וועט ווערן אראפגענומען פון אייער סטעיטמענט.
אפצאלונגען און רעכענונגען וועלן ווערן גערעכנט צו א מיטל פון באצאלונג אויף אייער אקאונט. מיר וועלן אויטאמאטיש רעכענען און צוריקהאלטן די גילטיגע שטייערן ווי פארלאנגט דורך די געזעץ. אלע באצאלונגען צו אונז ווערן געמאכט דורך א דריטע-פארטיי באצאלונג פראצעסירער.
אויב אייער מיטל פון באצאלונג לויפט אפ און איר טוט נישט אפדעיט'ן אייער אינפארמאציע אדער איר רופט אפ אייער אקאונט, טוט איר אונז אויטאריזירן פארצוזעצן צו רעכענען, און איר בלייבט נאך אלס פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע סומעס נאך נישט באצאלט. מיר רעזערווירן די רעכט צו פרובירן רעכענען נאכאמאל אלע באצאלונג מיטל(ען) וואס מיר האבן אין אייער פייל נאך יעדע פארפעלטע בילינג פראבע. איר בלייבט פאראנטווארטליך פאר אלע סומעס און אלע קאסטן פארבינדן מיט די זאמלונג פון די סומעס, אריינגערעכנט, אן באגרעניצונג, באנק אווערדרעפט אפצאלונגען, זאמלונג אגענטור אפצאלונגען, לאגישע אדוואקאט'ס אפצאלונגען, און פארמיטלונג אדער געריכט אפצאלונגען.
אויב איר שטימט נישט איין מיט די אלע אפצאלונגען וועלכע מיר האבן געמאכט צו אייער אקאונט, מוזט איר אונז לאזן וויסן אינערהאלב 10 ביזנעס טעג פון די סוף פון די מאנאט אין וועלכע די אומאיינגעשטימטע אפצאל האט פאסירט. צו שליכטן סיי וועלכע אומאיינגעשטימטע אפצאלונגען, וועלן מיר דארפן געוויסע רייזע אינפארמאציע, אריינגערעכנט די דאטום און אומגעפערע אנהויב און ענדע צייטן פון אייער רייזע. אלס א פאליסי, אויסער ווי ווייט פארלאנגט דורך גילטיגע געזעצן, טוען מיר נישט צושטעלן ריפאנדס פאר אייערע באנוץ פון אונזערע סערוויסעס, און סיי וועלכע אויסנאמען פון די פאליסי זענען אין אונזער בלויזע אויסוואל.
- רעפערל און/אדער פראמאושענאל קאודס. מיר קענען צושטעלן רעפערל און/אדער הנחה קאודס אין פארשידענע צייטן פאר ביליגערע רייזעס אדער אנדערע איינריכטונגען אויף אונזערע סערוויסעס, וועלכע קען זיין אויסגעשטעלט צו נאך טערמינען וואס מיר מאכן אוועילעבל פאר אייך. ביטע פארשטייט אז דאס זענען איינמאליגע אנבאטן, מען קען זיי בלויז ארויסנעמען דורך די עפפ (אויסער ווי דערקלערט אין די הנחה טערמינען) און מיר קענען טוישן אדער זיי אפפרופן סיי ווען. אויסער ווען מיר טוען אנדערש דערקלערן אין די ספעציפישע הנחה טערמינען, טוען מיר באגרעניצן 1 הנחה פער באנוצער און אקאונט, מען קען זיי נישט צאמשטעלן מיט אנדערע אנבאטן, זיי זענען נישט גילטיג פאר קעש, זיי וועלן אפפלויפן אין איינקלאנג מיט זייער טערמינען, און מען קען דאס נישט איבערגעבן אדער פארקויפן.
- סובסקריפשאנס; אומזיסטע פראבעס; באגרעניצטע הנחות. Lime קען אנטראגן אונזער סערוויסעס אונטער אנדערע באצאלונג אויסוואלן אריינגערעכנט, אן באגרעניצונג, אומזיסטע פראבעס, סובסקריפשאנס, באגרעניצטע צייט אדער אנדערע הנחה אנבאטן, אדער אנדערע אויסוואלן. אומזיסטע פראבעס קענען זיך אריבערטוישן צו סובסקריפשאנס (אריינגערעכנט באצאלטע סובסקריפשאנס) אין איינקלאנג מיט די אנבאט טערמינען געגעבן צו אייך ווען איר האט באקומען צוטריט און אנגענומען די אומזיסטע פראבע. די טערמינען וועלן געברענגט ווערן אין יעדע אנטראג פאר די סערוויסעס. ביטע גרונטליך אדורכליינען די אנטראג טערמינען איידער דאס אננעמען אדער איידער איר האט צוטריט צו די סערוויסעס ווען איר נוצט דאס.
- פראדוקט אונטערזיכונג אנטיילנעמונג. מיר פרובירן כסדר צו פארבעסערן אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס. איר קענט ווערן אויסגעוועלט פון צייט צו צייט אנטיילצונעמען אויסצופרובירן נייע איינריכטונגען, סערוויסעס, וויהיקלס, אדער טעכנאלאגיעס. דורך נוצן אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס, טוט איר איינשטימען אז איר קענט ווערן אויסגעוועלט אן פריערדיגע מעלדונג אונטערצוזוכן א פראדוקט אדער איינריכטונג, און אז אייער ערפארונג קען זיין עטוואס אנדערש פון אנדערע באנוצער אין רעזולטאט.
- אפצאלונגען און קאסטן. Lime קען, אין איר בלויזעאויסוואל, אפשאצן אפצאלונגען, קאסטן, אדער שטראפן און/אדער נעמען אנדערע שריט פאר אייער פארלעצונג פון די טערמינען. צום ביישפיל, איר קענט באקומען שטראפן אדער אפצאלונגען אויב איר לאזט א פראדוקט אינדרויסן פון די סערוויס ארט, איר נוצט א פראדוקט אין א פארבאטענע ארט, איר לאזט א פראדוקט אויפגעשלאסן, אדער איר פאראורזאכט שאדן אדער פארלוסט צו א פראדוקט. אין געוויסע פלעצער, ווערן מיר פארלאנגט דורך די מוניציפאליטעט ארויפצושטעלן אפצאלונגען פאר אומריכטיגע באנוץ פון אונזערע פראדוקטן, אריינגערעכנט אן באגרעניצונג אומריכטיגע פארקינג אדער פארנאכלעסיגע רייזע אויפפירונג. אין צוגאב, ווען איר נוצט אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס, דארפט איר זיין אין איינקלאנג מיט די געזעצן וואס זענען גילטיג פאר אייך. אויב איר באקומט א טיקעט אדער אפצאל (צ.ב., פאר אייער פארלעצונג פון פארקינג אדער טרעפיק געזעצן און רעגולאציעס), איר פאראורזאכט א פראדוקט צו ווערן אוועקגעשלעפט און/אדער אוועקגעכאפט אדער איר באקומט סיי וועלכע אנדערע שטראפן אדער אפצאלונגען, וועט איר זיין פאראנטווארטליך פאר די פארבינדענע קאסטן. מיר קאאפערירן מיט אלע רעגירונג באאמטע אין זייער אינפארסירונג פון די גילטיגע געזעצן, און כדי צו פארגרינגערן קענען מיר באצאלן סומעס וואס איר זענט שולדיג אויף אייער נאמען און צושטעלן סיי וועלכע נויטיגע אינפארמאציע געפאדערט אדער ווי פארלאנגט דורך די גילטיגע רעגירונג אגענטורן. אויב מיר טוען דאס, ווערט איר פארלאנגט אונז צוריקצובאצאלן. אויב מיר האבן געדארפט נוצן דריטע-פארטיי זאמלונג אדער אדמיניסטראטיווע אגענטן צו שליכטן אדער פרובירן צו שליכטן דעם פראבלעם, זענט איר אויך פאראנטווארטליך אונז צו באצאלן אן אדמיניסטראטיווע אפצאל ביז צו $100. דורך צושטימען צו די טערמינען, שטימט איר איין אז מיר קענען באצאלן די סומעס דירעקט און רעכענען די סומעס (אריינגערעכנט די אדמינסטראטיווע אפצאל) צו סיי וועלכע באצאלונג מיטל אנגעצייגט אין אייער אקאונט, און מיר וועלן זיך מעגליך דארפן פארבינדן מיט אייך פאר מער אינפארמאציע. אין פלעצער וואו מיר באצאלן דעם מוניציפאליטעט אן אפצאל כדי צוצושטעלן די סערוויס צו אייך, טוען מיר רעזערווירן די רעכט אייך צו רעכענען א טייל פון די קאסט. מיר וועלן אייך לאזן וויסן די סומע פון אזא רעכענונג אפצאל איידער איר פאנגט אן א רייזע.
7. וואראנטי דיסקלעימערס
מיר שטעלן צו אונזערע סערוויסעס דורך נוצן א קאמערציאלע לאגישע שטאפל פון געניטקייט און קעיר, און כאטש מיר פרובירן צוצושטעלן די העכסטע קוואליטעט אין אלעס וואס מיר טוען, זענען דא געוויסע זאכן וועלכע מיר קענען נישט צוזאגן פון אונזערע סערוויסעס. מיר שטעלן צו אונזערע סערוויסעס "אזוי ווי עס איז" און "ווי אוועילעבל." אויסער ווי אויסדריקליך ארויסגעברענגט אין די טערמינען, טוען די פרייגעלאזטע פארטייען נישט מאכן ספעציפישע צוזאגן וועגן סיי וועלכע סערוויסעס, צו איז דאס די ספעציפישע פונקציעס פון די סערוויסעס, זייער פארלעסליכקייט, קוואליטעט, אוועילעביליטי אדער מעגליכקייט נאכצוקומען אייער ספעציפישע געברויכן אדער עפעס אנדערש, אדער אז זיי וועלן נישט ווערן איבערגעהאקט אדער פריי פון גרייזן. געוויסע יוריסדיקציעס שטעלן צו פאר געוויסע וואראנטיס, אזוי ווי צוגעלייגטע וואראנטי פון מערטשענטיביליטי, איבונגען פאר א געוויסע צוועק און נאן-אינפרינדזשמענט. אזוי ווייט ווי ערלויבט דורך די געזעץ, טוען מיר און אונזער פרייגעלאזטע פארטייען אויסשליסן אלע וואראנטיס, צו איז דאס אויסגעדריקט אדער זיך פארגעשטעלט.
אויב איר נוצט סיי וועלכע פון אונזערע פראדוקטן אדער סערוויסעס אין א וועג וועלכע איז פארבאטן דורך די טערמינען, וועט עס מאכן אומגילטיג אלע אינשורענס, עקסידענט, אדער לייעביליטי דעקונגען צוגעשטעלט דורך אונז אדער אונזער אינשורער, אריינגערעכנט סיי וועלכע קראך שאדן וועיווער (וואו ערלויבט דורך די געזעץ); עס וועט מאכן די פראדוקט אויסגעשטעלט צו ווערן זאפארט אפגענומען דורך אונז אן מעלדונג צו אייך; און איר וועט זיין פאראנטווארטליך פאר אלע פארלוסטן אדער שאדן צו, אדער פארבינדן מיט די פראדוקט, אריינגערעכנט אונזערע קאסטן, אזוי ווייט וואו אזא פארלוסט אדער שאדן איז צוליב אזא פארבאטענע באנוץ.
די באדינגונגען אין טייל 7 זענען גילטיג צו די מאקסימום ערלויבט דורך די געזעץ.
8. אינדעמניטי
אזוי ווייט ווי די געזעץ ערלויבט, טוט איר, אייער יורש, אדער יורשים צושטימען צו באשיצן און אינדעמניפייען און האלטן אומשעדליך די פרייגעלאזטע פארטייען פון סיי וועלכע און אלע קלאגעס, שריט, שאדן, שטראפן, אפצאלונגען, פארלאנגען, פארלוסטען, שולד, קאסטן און אויסגאבן, שעדיגונג אדער באצאלונגען פאר שעדיגונג צו סיי וועלכע מענטש אדער פראפערטי, וועלכע קומט ארויס פון אדער איז אין פארבינדונג מיט (i) אייער באנוץ פון די סערוויסעס און/אדער פראדוקטן (אריינגערעכנט די באצאלונג פון שטראפן און אנדערע אפצאלונגען אין טייל 6 אויבן), (ii) אייער פארלעצונג אדער נישט אויספאלגן סיי וועלכע פון די טערמינען אדער אנדערע גילטיגע געזעצן, (iii) סיי וועלכע פון די פרייגעלאזטע פארטייס' באנוץ פון אייער אינהאלט ווי ערקלערט אין טייל 10, אדער (iv) אייער פארלעצונג פון די רעכטן פון סיי וועלכע דריטע פארטיי. די באדינגונג נעמט נישט אריין קלאגעס וועלכע שטאמען פון די פרייגעלאזטע פארטיי'ס ווילנדע אומאיינקלאנג און/אדער שטארקע פארנאכלעסונג. די פרייגעלאזטע פארטייען רעזערווירן די רעכט אנצונעמען די אויסשליסליכע באשיצונג פון סיי וועלכע קלאגעס אדער געריכטליכע קלאגעס, און איר שטימט איין נישט צו שליכטן סיי וועלכע פון די פריערדיגע אן די גילטיגע פרייגעלאזטע פארטייס' פריערדיגע שריפטליכע צושטימונג. איר שטימט איין אז די פאראנטווארטליכקייטן אין טייל 8 נעמען איבער סיי וועלכע שליסונג פון די טערמינען, אייער באנוצער אקאונט אדער אייער צוטריט צו אונזערע פראדוקטן און סערוויסעס אין אלגעמיין.
9. אייער פערזענליכע אינפארמאציע
- Lime’ס זאמלונג און באנוץ פון פערזענליכע אינפארמאציע אין פארבינדונג מיט די סערוויסעס ווערט געברענגט אין אונזער פריוואטקייט מעלדונג וועלכע מען קען טרעפן ביי www.li.me/privacy. ביטע באמערקט אז אויב איר האט צוטריט און נוצט Lime סערוויסעס אונטער א ביזנעס אקאונט (אדער, א Lime פאר ביזנעס סערוויס), טוט איר באשטעטיגן און צושטימען אז Lime קען מיטטיילן געוויסע אינפארמאציע פון אייער באנוץ מיט סיי וועם עס האט אייך צוגעשטעלט צוטריט צו די Lime סערוויסעס, אין איינקלאנג מיט די טערמינען און באדינגונגען געברענגט צו אייך ווען איר האט זיך רעגיסטרירט פאר די אקאונט.
- טעקסט מעסעדזשעס און טעלעפאן רופן. סיידן איר שרייבט זיך ארויס, טוט איר צושטימען אז מיר קענען זיך פארבינדן מיט אייך דורכן טעלעפאן,SMS אדער טעקסט מעסעדזש (אריינגערעכנט דורך באנוץ פון אן אויטאמאטישע טעלעפאן דיילינג סיסטעם) ביי די טעלעפאן נומערן וואס איר האט אונז צוגעשטעלט, אריינגערעכנט פאר מארקעטינג צוועקן. איר פארשטייט אז איר ווערט נישט פארלאנגט צוצושטעלן די צושטימונג אלס א באדינגונג פון קויפן סיי וועלכע פראפערטי, זאכן אדער סערוויסעס. איר קענט זיך אויסשרייבן פון באקומען טעלעפאן רופן, SMS אדער טעקסט מעסעדזשעס פון אונז סיי ווען, אדער דורך טעקסט'ן די ווארט "STOP" אלס אן ענטפער צו א טעקסט מעסעדזש ערהאלטן פון אונז נוצנדיג די מאביל געצייג וועלכע באקומט די מעסעדזשעס אדער צו (888) 546-3345, דורך אונז פארבינדן אויף [email protected], אדער דורך רופן אונזער קאסטומער סערוויס אויף (888) LIME-345.
10. אינטעלעקטועל פראפערטי
- אונזער באגרעניצטע לייסענס צו אייך. אין איינקלאנג מיט די טערמינען, שענקט אייך Lime א באגרעניצטע, נאן-עקסליוסיוו, נאן-סובלייסענסעבל, ריוואקעבל, נאן-טרענספערעבל לייסענס צו האבן צוטריט צו און נוצן די עפפ און אונזער פארבינדענע סאפטוועיר און סערוויסעס אום און דורך אייער פערזענליכע געצייג אויסשליסליך פאר אייער באנוץ פון אונזערע סערוויסעס. סיי וועלכע רעכטן נישט אויסדריקליך געשאנקען דא זענען רעזערווירט דורך אונז און אונזער לייסענסארס. איר ווערט נישט ערלויבט צו קאפירן, טוישן, ארויסגעבן, פארקויפן אדער פארדינגען סיי וועלכע טייל פון אונזער סערוויסעס אדער אריינגערעכנטע סאפטוועיר, ווי אויך קענט איר נישט טוישן ענדזשינעיר אדער פרובירן ארויסצונעמען די סאורס קאוד פון די סערוויסעס אדער סאפטוועיר, סיידן געזעצן פארבאטן די באגרעניצונגען אדער איר האט שריפטליכע ערלויבעניש דאס צו טון. טוט נישט עפעס וואס לייגט אן אומלאגישע גרויסע לאסט אויף אונזערע סערוויסעס' אינפראסטרוקטור, נוצן סיי וועלכע ראבאטס, ספיידערס, סקרעיפערס אדער אנדערע אויטאמאטישע מיטלען צו באקומען צוטריט צו אונזערע סערוויסעס, פרובירן צו שטערן די ריכטיגע ארבעט פון אונזער סערוויס אדער פרובירן אויסצוקרויזן סיי וועלכע זיכערהייט מיטלען צו באקומען צוטריט צו די סערוויסעס.
- אייגנטומערשאפט. די פראדוקטן און די סערוויסעס זענען Lime'ס אויסשליסליכע פראפערטי, און אייער באנוץ פון זיי פירט נישט אריבער סיי וועלכע אייגנטומערשאפט רעכטן צו אייך. נוצן אונזערע סערוויסעס געבט אייך נישט אייגנטומערשאפט פון סיי וועלכע אינטעלעקטועל פראפערטי רעכטן אין אונזערע סערוויסעס אדער די אינהאלט וואס איר נוצט, און אויסער די באגרעניצטע לייסענס געשאנקן צו אייך אויבן, וועלן אלע רעכטן דעראין (אריינגערעכנט אלע אינטעלעקטועל פראפערטי) געהערן צו אונז אדער אונזערע לייסענסארס. איר קענט נישט נוצן אינהאלט פון אונזערע סערוויסעס אן אונזער קלארע ערלויבעניש פון בעפאר אדער ווי אויסערדעם ערלויבט דורך די געזעץ. די טערמינען שענקען אייך נישט די רעכט צו נוצן סיי וועלכע טרעידמארקס, ברענדינג אדער לאגאס גענוצט אין אונזערע סערוויסעס אדער אויסערדעם, אריינגערעכנט סיי וועלכע רעקלאמע אדער פובליסיטי אדער צו אנדייטן אונזער אינדארסירונג אויף סיי וועלכן אופן. ביטע שטערט נישט אדער טוישט סיי וועלכע לעגאלע מעלדונגען ארויסגעהאנגען אין, צוזאמען מיט אדער אין פארבינדונג מיט אונזערע סערוויסעס.
- דיגיטאלע מילעניום קאפירייט אקט & קלאגעס פון קאפירייט אינפרינדזשמענט. קלאגעס פון קאפירייט אינפרינדזשמענט זאלן ווערן געשיקט צו אונזער באשטימטע אגענט. ביטע באזוכט אונז אויף www.li.me/dmca פאר אלע גילטיגע אינפארמאציע.
- אינהאלט צוגעשטעלט דורך אייך. צומאל קענט איר ווערן איינגעלאדנט אונז אריינצושיקן אינהאלט (ווי א באמערקונג אויף א בלאג פאסט, אנטיילצונעמען אין אונזערע געמיינדעס אדער צושטעלן באנוצער געדאנקען). איר פארבלייבט מיט אייגנטומערשאפט רעכטן אויף די אינהאלט אבער מיר בעטן אז איר זאלט מאכן זיכער אז איר האט טאקע די רעכט איידער איר געבט אונז עס אריין, וויבאלד ווען איר געבט עס אריין, געבט איר אונז (און די וועלכע מיר ארבעטן מיט) אן אלטוועלטליכע לייסענס צו נוצן, ארויסלייגן, אוועקלייגן, איבערמאכן, טוישן, ארויסנעמען אנדערע ארבעט דערפון, קאמיוניקירן, ארויסגעבן, אויסשפילן אויף א פובליק פארנעם, ארויסשטעלן אויף א פובליק פארנעם און עס פארשפרייטן ווי אייך אייער נאמען, שטימע, און/אדער ענליכקייט אויב אויך אריינגעגעבן (צום ביישפיל, אויב איר נעמט א סעלפי ביים נוצן א פראדוקט). די לייסענס גייט ווייטער אן אפילו אויב איר שטעלט אפ אונזערע סערוויסעס. אויב איר געבט אריין אייער מיינונגען, באמערקונגען אדער אנדערע אינפארמאציע איבער אונזערע סערוויסעס, קענען מיר נוצן די זעלבע אן פאראנטווארטליכקייט פאר אייך. סיי וועלכע אינהאלט איר געבט אריין ווערט פאררעכנט אלס נאן-קאנפידענציעל.
שיקט נישט אריין אינהאלט וועלכע איז פארשעמנד, נישט אמת, האספול, געוואלדטאטן, נישט איידל, פארנאגראפיש, אומלעגאל אדער אויסערדעם נישט שיין (מיר וועלן מאכן די באשלוס אויב אייער אינהאלט קומט נאך סיי וועלכע פון די שילדערונגען). די זעלבע גייט פאר "ספעם" אדער אומגעבעטענע רעקלאמעס. מיר האבן די רעכט, אבער נישט די פליכט, איבערצוגיין, האבן אויפזיכט אדער אוועקנעמען אייער אינהאלט סיי ווען פאר סיי וועלכע אורזאך אן מעלדונג.
- דריטע פארטיי סערוויסעס און אינהאלט. די סערוויסעס קענען ווערן געמאכט אוועילעבל אדער האבן צוטריט אין פארבינדונג מיט סערוויסעס און אינהאלט (אריינגערעכנט רעקלאמעס) קאנטראלירט דורך דריטע פארטייען מיט אנדערע טערמינען פון באנוץ און פריוואטקייט פאליסיס. מיר אינדארסירן נישט די דריטע-פארטיי סערוויסעס און אינהאלט און מיר זענען נישט פאראנטווארטליך אדער שולדיג פאר סיי וועלכע פון זייערע פראדוקטן אדער סערוויסעס. ווי אויך, Apple Inc., און/אדער Google, Inc. וועט זיין א דריטע-פארטיי געניסער צו די טערמינען אויב איר האט צוטריט צו די סערוויסעס דורך נוצן אפליקאציעס אנטוויקלט פאר Apple iOS אדער Android מאביל געצייג, רעספעקטיוולי. די דריטע-פארטיי געניסער זענען נישט פארטייען צו די טערמינען און זענען נישט פאראנטווארטליך פאר די אויספיר אדער שטיצע פון די סערוויסעס אויף סיי וועלכן אופן. אייער צוטריט צו די סערוויסעס ביים נוצן די אפליקאציעס אדער געצייג איז אויסגעשטעלט צו טערמינען דא געברענגט אין זייער רעספעקטיוו טערמינען פון סערוויס און פריוואטקייט פאליסיס.
11. נעטווארק צוטריט און געצייג
איר זענט פאראנטווארטליך צו באקומען די אינפארמאציע נעץ צוטריט נויטיג צו נוצן די סערוויסעס. אייער מאביל נעטווארק'ס אינפארמאציע און מעסעדזשינג ראטעס און אפצאלונגען קען זיין גילטיג פאר אייך אויב איר האט צוטריט צו אדער נוצט די סערוויסעס פון אייער געצייג. איר זענט פאראנטווארטליך צו באקומען און אפדעיט'ן קאמפעטיבל הארדוועיר אדער געצייג נויטיג צו האבן צוטריט און נוצן די סערוויסעס (אריינגערעכנט די עפפ) און סיי וועלכע אפדעיטס דעראין. מיר פארזיכערן נישט אז די סערוויסעס, אדער סיי וועלכע טייל דעראין, וועלן פונקציאנירן אויף סיי וועלכע ספעציפישע הארדוועיר אדער געצייג. אין צוגאב, קענען די סערוויסעס זיין אויסגעשטעלט צו פראבלעמען און פארהאלטונגען פארבינדן מיט די באנוץ פון די אינטערנעט און עלעקטראנישע קאמיוניקאציעס.
12. קאנטראלירנדע געזעץ און יוריסדיקציע
די טערמינען וועלן ווערן קאנטראלירט און געמאכט אין איינקלאנג מיט די געזעצן פון די סטעיט פון ניו יארק, אן באטראכט צו אירע קאנפליקטן פון געזעץ באדינגונגען. סיי וועלכע מיינונגס-פארשידנהייט, קלאגע, אדער טענה וועלכע קומט פון אדער איז פארבינדן צו די באנוץ פון אונזערע סערוויסעס אדער פראדוקט וועט זיין קאנטראלירט דורך און געמאכט אין איינקלאנג מיט די געזעצן פון די סטעיט אין וועלכע אייער מיינונגס-פארשידנהייט, קלאגע אדער טענה שטאמט, אן באטראכטן אירע קאנפליקטן פון געזעץ פרינציפאלן, אויסער ווי אנדערש צוגעשטעלט אין די געמיינזאמע פארמיטלונג אפמאך. איר קענט נישט באשטימען די טערמינען אן אונזערע פריערדיגע שריפטליכע באשטעטיגונג. מיר קענען באשטימען די טערמינען אן אייער צושטימונג צו א פארבינדענע אדער אפעלירטע איינהייט אדער אין פאל פון אן אויספארקויף פון אלע אדער כמעט אלע פון אונזערע נכסים, סטאק אדער פירמע, אדער צו א יורש דורך א צאמשטעלונג. סיי וועלכע אנגעבליכע באשטימונג אין פארלעצונג פון דעם סיעף איז נישט גילטיג. קיין שום געמיינזאמע ביזנעס, שותפות, ארבעט אדער אגענטור פארבינדונג עקזיסטירט נישט צווישן אייך און אונז אין רעזולטאט פון די טערמינען אדער אייער באנוץ פון אונזערע סערוויסעס. אויב סיי וועלכע פון די באדינגונגען פון די טערמינען ווערן באטראכט צו זיין אומגילטיג אדער אומאיינפירבאר, וועט יענע באדינגונג ווערן אראפגענומען און די פארבליבענע באדינגונגען וועלן ווערן אינפארסירט די מערסטע שייך אונטער די געזעץ. אונזער פארפעלונג צו אינפארסירן סיי וועלכע רעכט אדער באדינגונג אין די טערמינען וועט נישט מיינען אויפגעבן אויף די רעכט אדער באדינגונג סיידן מיר באשטעטיגן און שטימען איין דערצו שריפטליך, און איז נישט א וועיווער פון אונזערע רעכטן דאס צו טון שפעטער. די באדינגונג וועט נישט באווירקן די סעווערעביליטי און איבערלעבונג טייל פון די געמיינזאמע פארמיטלונג אפמאך פון די טערמינען. אומפאראויסגעשאצטע פאסירונגען קען אונז פארמיידן פון צושטעלן די פראדוקטן אדער סערוויסעס. באמערקט אז ווען מיר זאגן "אריינרעכענען" אדער "אריינגערעכנט" דורכאויס די טערמינען, מיינען מיר פאקטיש "אריינגערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו" אבער מיר טוען דאס כדי צו פארגרינגערן דאס ליינען. באדינגונגען וועלכע ווערן געאייניגט איבערצולעבן די אפשטעלן פון די טערמינען אדער אייער באנוץ פון די פראדוקטן אדער סערוויסעס וועלן איבערלעבן.