Supplemental Terms for LimePass and LimePrime

LIME צוגעלייגטע טערמינען און באדינגונגען

LIMEPASS און LIMEPRIME פראדוקטן

אין פארבינדונג מיט די סערוויסעס, קען מען אייך געבן די געלעגנהייט זיך צו איינשרייבן צו איינקויפן, אקטיוויזירן, באקומען צוטריט אדער סיי וויאזוי צו נוצן א LimePass אדער א LimePrime פראדוקט (יעדע עקסטער הייסט א "פראדוקט", אדער אינאיינעם די "פראדוקטן"), וועלכע איז אויסגעשטעלט צו די טערמינען און באדינגונגען (די "פראדוקט טערמינען"), ווי פאלגנד. די פראדוקט טערמינען לייגן צו, צו די טערמינען און באדינגונגען פון Lime’ס באנוצער אפמאך און זענען שטערקער ווי סיי וועלכע קעגנזייטיגע טערמינען אין די באנוצער אפמאך בלויז ווען עס קומט צו די באנוץ פון די פראדוקטן. סיי וועלכע אונטערגעשטרייכטע טערמינען וואס זייער באדייט שטייט נישט דא ווערן ערקלערט אין די באנוצער אפמאך. די LimePass און/אדער LimePrime פראדוקט(ן) ווערן צוגעשטעלט צו אייך דורך די Lime איינהייט וועלכע שטעלט אייך צו סערוויסעס אונטער אייער באנוצער אפצאך. ביטע נעמט אין אכט אז די אוועילעביליטי און טערמינען און באדינגונגען אונטער וועלכע Lime שטעלט אייך צו דיLimePass און LimePrime פראדוקטן קען זיך טוישן געוואנדן אויף די סיטי, ראיאן און לאנד, לויט ווי די Lime עפפ באצייכנט.

LimePass: איינמאליגע סובסקריפשאן אפער (פריפעיד מינוטן פעקלעך)

א. הויפט טערמינען און באדינגונגען

LimePass איז א סובסקריפשאן מאדעל וואס ווערט נישט אליין באנייעט וועלכע לאזט די באנוצער איינקויפן איינמאליגע פארשלאגן פון פעקלעך פון רייזע מינוטן און אנדערע בענעפיטן (צ.ב. אויפשפארן, רייזעס, דיסקאונטס און\אדער נאך מינוטן) אין געוויסע ערטער ("איינמאליגע פארשלאג"). ווען איר קויפט איין א LimePass שטימט איר צו, צו די טערמינען, וויאזוי אויך צו די ספעציפישע טערמינען וואס ווערט אויסגערעכנט אין די איינמאליגע פארשלאג.

יעדע איינמאליגע פארשלאג וועט אריינרעכענען וויכטיגע דעטאלן און טערמינען, א שטייגער ווי:

  • וואו און ווען די בענעפיטן פון א LimePass קען ווערן גענוצט,
  • דעטאלן פון די בענעפיט(ן) וואס איר באקומט פון די LimePass (צ.ב., אויב אנהייבונגען\אויפשפארונגען זענען אריינגערעכנט אין די LimePass און וויפיל בארעכטיגטע אנהייבונגען\אויפשפארונגען, מינוטן און\אדער רייזעס פאר יעדע LimePass אדער די מאקסימום צייט פון יעדער רייזע) (די "LimePass איינמאליגע בענעפיטן"),
  • די פרייז און צאל פון פעקלעך פון מינוטן אינערהאלב די LimePass ("ראטע"), און
  • די LimePass אויסלויף דאטום, וואס איז די פריערע פון די צוויי: א) איר האט אויסגענוצט די מינוטן וואס איר האט געקויפט מיט די LimePass פעקל, אדער ב) א געוויסע דאטום ווען אלע LimePass מינוטן וואס איר האט נישט גענוצט לויפן אויס לויט די אפער טערמינען. ביטע נעמט אין אכט אז אומגענוצטע בענעפיטן וועלן נישט ווערן אריבערגעפירט אדער געזאמלט נאך וואס די LimePass לויפט אויס און קיין שום פארגיטיגונג אדער קרעדיט וועט נישט געגעבן ווערן פאר סיי וועלכע אומבאנוצטע מינוטן אדער בענעפיטן.

די געווענליכע פרייזן פאר אויפעפענען, רייזעס און\אדער פרייזן פער מינוט זענען גילטיג נאך וואס LimePass לויפט אויס, ווי אויבן ערקלערט.

ב. רייזע מינוטן

א LimePass קען פארמאגן א דיסקאונטעד פעקל פון מינוטן וואס איר קענט נוצן אינערהאלב די צייט פון די LimePass וואס איר האט איינגעקויפט ("רייזע מינוטן"). אויב די LimePass פארמאגט רייזע מינוטן, זענען זיי גילטיג פאר יעדע בארעכטיגטע רייזע וואס ווערט גענומען אינערהאלב די LimePass צייט וואס ווערט באצייכנט אין די איימאליגע פארשלאג ביז די מינוטן ווערן אויסגענוצט אינערהאלב די צייט אדער די LimePass לויפט אויס ווי אויבן ערקלערט. אין איינקלאנג מיט Lime’ס סטאנדארטע טערמינען און באדינגונגען וואס ווערט אויסגערעכנט אין די באנוצער צושטימונג, וועלן אלע פער-מינוט טשארדזשעס ווערן גערעכנט פאר א גאנצע מינוט אדער א טייל דערפון, דאס מיינט אז א מינוט וואס האט זיך אנגעהויבן וועט ווערן גערעכנט אלס א גאנצע מינוט (צ.ב., 3:05 ווערט גערעכנט ווי 4 מינוט).

אויטאמאטישע רילאוד: אויב איר ערלויבט די רילאוד-אויטאמאטיש מעגליכקייט אין די בערזל אויף אייער Lime עעפ פאר אייער LimePass, דאן וועט Lime אויטאמאטיש רילאודן אין אייער נאמען אזויווי עס ווערט עקלערט ווען איר שרייבט זיך איין צו די אויטאמאטישע רילאוד מעגליכקייט, קויפן די זעלבע סארט LimePass אויב אייער עקזיסטירנדע LimePass לויפט אויס, ווי פריער עקלערט, דורכאויס א רייזע וואס האט זיך נאכנישט געענדיגט. איין א מער פעקלעך וועלן ווערן צוגעלייגט אויף צוריק צו וועגס צו דעקן די גאנצע לענג פון די רייזע. ביטע נעמט אין אכט:

  • אויטאמאטישע רילאוד געשעט נישט אויב אייער מינוטן לויפן אויס אומבאנוצט אדער אויב די פעקל ווערט גענצליך אויסגענוצט ביים ענדע פון א רייזע. אין די פעלער, קענט איר אויסוועלן אויב איר ווילט איינקויפן א נייע LimePass.
  • אויטאמאטישע רילאוד ווערט נישט געטריגערט אויב אייער רייזע ווערט אינגאנצן געדעקט דורך צוריקגעצאלטע מינוטן.
  • איר קענט אייביג אויסמאכן די אויטאמאטישע רילאוד מעגליכקייט אין די בערזל פון די Lime עעפ. אויב אייער LimePass ווערט נישט אוועילעבל פאר אייך אדער איר פארט צו א צווייטע ארט, וועט זיך די אויטאמאטישע רילאוד מעגליכקייט אויטאמאטיש אויסלעשן און איר וועט ווערן געמאלדן. Lime וועט אייך אויך מעלדן אויב די פרייז פון א LimePass העכערט זיך איידער א נייע אויטאמאטישע רילאוד איינקויף געשעט.
  • אויב א באצאלונג פארפעלונג האלט צוריק די איינקויף פון א נייע LimePass דורך די אויטאמאטישע רילאוד פון ענדיגן דורכאויס אייער רייזע און איר קויפט נישט אליינס איין א נייע LimePass איידער די רייזע ענדיגט זיך, וועט סיי וועלכע איבעריגע טייל פון די רייזע נאך וואס די LimePass איז אויסגעלאפן ווערן געטשארדזשד לויט די געווענליך ראטעס.
  • אויטאמאטישע רילאוד איינקויפונגען זענען אויסגעשטעלט צו די טערמינען און די טערמינען פון אייער אויסגעוועלטע LimePass איינמאליגע פארשלאג.

גרופע רייזע: דורכאויס א גרופע רייזע, וועט די "האוסט" רייזנדע דעקן די קאסטן פון אלע רייזנדע אינערהאלב די גרופע, און די מינוט וואס ווערן אינאיינעם אויסגענוצט דורך די גרופע וועט ווערן אראפגערעכנט פון די האוסט’ס LimePass בענעפיטן. צום ביישפיל, אויב איר האוסט א גרופע רייזע מיט איין גאסט און ביידע פון ענק רייזן פאר 10 מינוט, וועט א סך הכל פון 20 ווערן אראפגערעכנט פון אייער LimePass. ביטע נעמט אין אכט אז די אויטאמאטישע רילאוד מעגליכקייט איז נישט אוועילעבל אויב אייער LimePass לויפט אויס אינמיטן א גרופע-רייזע.

טויש-סטאנציע מינוטן: אין געוויסע ערטער, קען Lime פארשלאגן טויש-סטאנציע מינוטן. אויב איר האט טויש-סטאנציע מינוטן אין אייער בערזל, וועלן זיי ווערן באהאנדלט זעלבסשטענדיג פון אייער LimePass אדער LimePrime פראדוקט פארשלאג. די מינוטן וועלן ווערן צוגעלייגט\אויסגענוצט נאך וואס די LimePass מינוטן זענען געווארן אויסגענוצט אדער די LimePass איז אויסגעלאפן, באזירט אויף די ספעציעלע טערמינען און באדינגונגען פון טויש-סטאנציע מינוטן.

2. LimePrime: אנגייענדע סובסקריפשאן מעמבערשיפס LimePrime איז א אנגייענדע, סובסקריפשאן-באזירטע מאנאטליכע מעמבערשיפ פראגראם וואס שטעלט צו צוטריט צו א צוזאמגעשטעלטע פעקל פון רייזע בענעפיטן א שטייגער ווי, צ.ב., אומזיסטע רייזע אנהייבס, וויהיקל רעזערוואציעס, גע’סקעדזשול’טע וויהיקלס, רייזע מינוטן אדער דיסקאונט’עד רייזעס פאר סובסקרייבערס, ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין אייער עפפ אדער אימעיל פארשלאג ("LimePrime סובסקריפשאן פארשלאג"). ווען איר שליסט זיך אן צו LimePrime שטימט איר צו, צו זיין געבינדן דורך די טערמינען, וויאזוי אויך די ספעציפישע טערמינען פון די LimePrime סובסקריפשאן פארשלאג, וועלכע ווערן דא אריינגערעכנט דורך ווערן דערמאנט.

יעדע LimePrime סובסקריפשאן פארשלאג וועט אריינרעכענען וויכטיגע דעטאלן און טערמינען אנבאלאנגט די פארשלאג, א שטייגער ווי:

  • די בענעפיט(ן) וואס ווערן געגעבן דורך די LimePrime מעמבערשיפ אריינגערעכנט, צ.ב., די סך הכל צאל פון אומזיסטע רייזע אנהייבס, די סך הכל צאל פון אריינגערעכנטע רייזע מינוטן, אויב אומזיסטע רעזערוואציע ווערן אריינגערעכנט און סיי וועלכע דריטע-פארטיי בענעפיטן וואס ווערן געגעבן דורך די פראגראם) ("LimePrime בענעפיטן"),
  • די LimePrime מעמבערשיפ פרייז ("פרייז"), און
  • די בילינג אפטקייט ("בילינג רונדע").

ווען איר שרייבט זיך איין צו א LimePrime מעמבערשיפ, שטימט איר צו צו די פראדוקט טערמינען, וויאזוי אויך די ספעציפישע טערמינען וואס ווערט אויסגערעכנט אין די LimePrime סובסקריפשאן אפער.

געווענליכע רייזע אנהייב פרייזן, רייזע פרייזן און\אדער פער מינוט פרייזן נאך וואס אלע LimePrime בענעפיטן ווערן אויסגענוצט.

גרופע רייזע:א האוסט פון א גרופע רייזע קען בלויז נוצן זייער LimePrime בענעפיטן פאר געסט אויב עס שטייט קלאר אין די סובסקריפשאן פארשלאג אז עס איז ערלויבט. אין אזא פאל, דורכאויס א גרופע רייזע וועלן די LimePrime בענעפיטן ווערן צוגעלייגט צו סיי די האוסט’ס און די געסטס’ רייזעס.

א. אויטאמאטישע-באנייאונג און בילינג רונדע

די פרייז פאר LimePrime ווערט אויסגערעכנט אין די סובסקריפשאן פארשלאג. מיר וועלן טשארדזש’ן פון אייך די פרייז פאר די ערשטע בילינג רונדע אויף די דאטום פונעם איינקויף, וועלכע אקטיוויזירט אייער LimePrime מעמבערשיפ פאר די צייט וואס ווערט אנגעדייטעט אין אייער סובסקריפשאן פארשלאג. אויסער אויב איר קענסעל’ט (דורך די בערזל אין די Lime עפפ), אנערקענט איר און איר שטימט צו, אין איינקלאנג מיט די פאלגנדע קענסעלעישאן טערמינען, אז מיר וועלן טשארדזש’ן די פרייז אויף די ערשטע טאג פון די קומעדיגע בילינג רונדע. אייער LimePrime מעמבערשיפ וועט זיך אויטאמאטיש באנייען ביי די אנהייב פון יעדע בילינג רונדע און די פרייז וועט אויטאמאטיש ווערן געטשארדזש’ד פון אייער אויסגעוועלטע באצאלונג מעטאד.

אויב א באצאלונג גייט נישט אדורך, קען אייער LimePrime מעמבערשיפ און פארבינדענע בענעפיטן ווערן סוספענדירט ביז די באצאלונג גייט אדורך. איינמאל די באצאלונג גייט אדורך קען Lime צוריקשטעלן אייער מעמבערשיפ און טוישן די בילינג רונדע לויט דעם.

ב. קענסעלעישאן

איר קענט אייביג קענסעל’ן אייער LimePrime אינערהאלב די Lime עפפ. כדי צו פארמיידן ווערן געטשארדזש’ד פון די נאכפאלגנדע מאנאט’ס סובסקריפשאן, מוזט איר קענסעל’ן כאטש איין טאג איידער די קומעדיגע בילינג רונדע. כדי צו קענסעל’ן אייער LimePrime סובסקריפשאן, גייט צו די LimePrime אפטיילונג וואס געפינט זיך אינערהאלב די בערזל בלאט אין די Lime עפפ און קענסעל’ט די סובסקריפשאן. אויב איר קענסעל’ט אייער LimePrime, וועט איר נאכאלץ האבן צוטריט צו אייער LimePrime בענעפיטן ביז די ענדע פון די יעצטיגע בילינג רונדע.

ג. אומזיסטע אויספראבירונג

געוויסע LimePrime סובסקריבשאן אפערס גענען אריינעמען א אומזיסטע אויספראבירונג (א "אומזיסטע אויספראבירונג") וואס ערלויבט בארעכטיגטע באנוצער צו באקומען צוטריט צו LimePrime בענעפיטן אן באצאלן די געווענליכע פרייז וואס זיי קאסטן פאר א שטיק צייט, ווי אויסגערעכנט אין די גילטיגע אפער (די "אומזיסטע אויספראבירונג צייט").

אייער אומזיסטע אויספראבירונג הייבט זיך אן ווען איר באשטעטיגט אז איר ווילט אנהייבן די אומזיסטע אויספראבירונג דורך די Lime עעפ און האלט אן דורכאויס די צייט וואס שטייט אין די גילטיגע אפער. אומזיסטע אויספראבירונג קענען ווערן פארגעשלאגן פאר פארשידענע לענג פון צייטן און קענען זיין אוועילעבל בלויז פאר געוויסע באנוצער, אין געוויסע ערטער אדער פאר געוויסע LimePrime סובסקריפשאן אפערס, לויט ווי Lime באשטימט.

אייער אומזיסטע אויספראבירונג וועט זיך אויטאמאטיש טוישן צו א באצאלטע LimePrime סובסקריפשאן ביים ענדע פון די אומזיסטע אויספראבירונג און מען וועט אייך טשארדזשן די גילטיגע פרייז פאר אייער ערשטע בילינג רונדע, אויסער אויב איר קענסעלט אייער LimePrime סובסקריפשאן בעפאר די ענדע פון די אומזיסטע אויספראבירונג.

מיט אנהייבן א אומזיסטע אויספראבירונג, טוט איר אויסדרוקליך אנערקענען און צושטימען אז:

  • אייער LimePrime סובסקריפשאן וועט זיך אויטאמאטיש טוישן צו א באצאלטע סובסקריפשאן ביים ענדע פון די אומזיסטע אויספראבירונג אויסער אויב עס ווערט געקענסעלט פון פאראויס;
  • די גילטיגע פרייז, בילינג רונדע און סובסקריפשאן טערמינען וועלן זיין די וואס ווערן אויסגערעכנט אין די גילטיגע LimePrime סובסקריפשאן אפער; און
  • די פרייז וועט ווערן געטשארדזשט פון די לעצטע גילטיגע באצאלונג מעטאד וואס איז האט גענוצט וואס מיר האבן, אדער א אנדערע באצאלונג מעטאד וואס איז פארבינדן מיט אייער אקאונט אויב די הויפט מעטאד גייט נישט אדורך.

איר קענט אייביג קענסעלן אייער LimePrime סובסקריפשאן דורך די Lime עעפ בעפאר די ענדע פון די אומזיסטע אויספראבירונג כדי צו פארמיידן ווערן געטשארדזשד. אויב איר קענסעלט בעפאר די ענדע פון די אומזיסטע אויספראבירונג, קען אייער צוטריט צו LimePrime בענעפיטן זיך גלייך אפשטעלן.

עס איז מעגליך אז איר וועט נאר זיין בארעכטיגט פאר א אומזיסטע אויפראבירונג איין מאל, אויסער אויב Lime טוט אייך אויסדרוקליך פארשלאגן נאך א אומזיסטע אויספראבירונג. יעצטיגע אדער געוועזענע LimePrime סובסקרייבערס קענען זיין בארעכטיגט פאר אומזיסטע אויספראבירונגען, לויט ווי Lime באשטימט און ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין די אפער. Lime רעזערווירט די רעכט צו טוישן אדער צוריקציען יעדע אומזיסטע אויספראבירונג אפער סיי ווען בעפאר איר נעמט עס אן, אין איינקלאנג מיט די גילטיגע געזעצן.

3. אלגעמיינע טערמינען גילטיג פאר סיי LimePass און LimePrime (גילטיג פאר סיי איינמאליגע און סובסקריפשאן-באזירטע מעמבערשיפס) )

3.1 רעסיטס

איינמאל איר קויפט איין א פראדוקט, וועט אן אינוואויס ערשיינען אין די ’היסטאריע’ טעב פון די עפפ. אויב אייער אקאונט פארמאגט א פארבינדענע אימעיל און איר האט זיך אנגעשלאסן צו באקומען אימעיל רעסיטס, וועט א קאפיע אויב ווערן געשיקט צו אייער אינבאקס.

3.2 באנוץ און באגרעניצונגען

די פראדוקטןזענען בלויז גילטיג אין די לאנד וואו זיי זענען געווארן איינגעקויפט, און די פראדוקטן קענען מעגליך נישט זיין אוועילעבל אין אלע ראיאנען אדער צו אלע באנוצער. אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס וועגן דעם, ביטע פארבינדט זיך מיט Lime קאסטומער סערוויס דורך די Lime עפפ.

די פראדוקטן זענען בלויז גילטיג אויף וויהיקלס וואס געהערן צו Lime פון די סארטן וואס ווערן אויסגערעכנט אין די איינמאליגע אפער אדער סובסקריפשאן אפער, וואס קען זיך ענדערן לויט די פראדוקט, סיטי,ראיאן אדער לאנד.

פראדוקטן מעגן נישט ווערן צוזאמגעשטעלט מיט, Lime Access אנדערע LimePass אדער LimePrime פראדוקטן, Lime פראמאושן קאודס אדער אנדערע דיסקאונטס אדער פראמאושאנס און מעגן די ווערן אוועקגעלייגט אדער אריבערגעפירט, אויסער ווען Lime ערלויבט עס אין די איינמאליגע אפער אדער סובסקריפשאן אפער אדער איז אוועילעבל אויף א צווייטע וועג דורך די Lime עעפ.

Lime רעזעווירט די רעכט צו אפשטעלן אדער צוריקציען א פראדוקט אויב א Lime אקאונט איז געווארן באצייכנט פאר פארדעכטיגטע אדער פעלשונג אקטיוויטעטן אדער אויב א Lime אקאונט פערלעצט די פראדוקט טערמינען אין א אנדערע וועג.

3.3 ריפאנדס

פראדוקטן זענען נישט ווערט קעש און קענען נישט ווערן אריבערגעפירט. די פראדוקטן זענען נישט בארעכטיגט פאר ריפאנדס אדער קרעדיט, סיי גענוצט אדער אומבאנוצט, אויסער אויס עס ווערט אנגעדייטעט אין די פראדוקט טערמינען אדער איז פארלאנגט דורך גילטיגע געזעצן.

3.4 טוישונגען און אפדעיטס

Lime קעו אייביג אפדעיט’ן די פראדוקט טערמינען. סיי וועלכע וויכטיגע טוישונגען צו די פראדוקט טערמינען וועלן ווערן געמאלדן צו אייך.

אויסגעשטעלט צו גילטיגע געזעצן, ווען איר באקומט צוטריט אדער באנוצט זיך מיט די Lime סערוויסעס דורך א פראדוקט, שטימט איר צו, צו זיין געבינדן דורך די פראדוקט טערמינען און די באנוצער אפמאך, לויט ווי עס איז געווארן געטוישט אין יענע צייט.

איר האט אייביג די רעכט צו אויפהערן צו נוצן פראדוקטן און\אדער די Lime סערוויסעס.

3.5 פראמאושאנעל פארשלאגן און צייטווייליגע דיסקאונטס

פון צייט צו צייט, קענען מיט פארשלאגן נאך פראדוקט בענעפיטן אדער אנדערע פראמאושאנעל דיסקאונטס. די ספעציפישע טערמינען וואסז זענען גילטיג צו אזעלכע צוגעלייגטע בענעפיטן און פראמאושאנס וועלן ווערן אויסגערעכנט אין די איינמאליגע פארשלאג אדער סובסקריפשאן פארשלאג פארבינדן מיט די רעלעוואנטע פראדוקט. Lime רעזערווירט די רעכט צו צוריקציען אדער צו טוישן סיי וועלכע צוגעלייגטע בענעפיטן און\אדער פראמאושאנס סיי ווען אן א פריערדיגע מעלדונג און אן קיין פאראנטווארטליכקייטן.

3.6 רעכטן פון צוריקציאונג

אונטער די געזעץ פון געוויסע ערטער, האט איר זיך געזעץ-געגעבענע רעכט צו קענסעל’ן אייער פראדוקט ארדער אינערהאלב 14 טעג פון ווען עס איז געווארן אקטיוויזירט, אן געבן א סיבה דערפאר. אין אזעלכע ערטער, קען סיי וועלכע פראדוקט סובסקריפשאן בלויז ווערן גע’קענסעל’ט נאך וואס עס איז שוין געווארן אקטיוויזירט איין מאל און נישט ביי יעדע אויטאמאטישע באנייאונג. צו אויספירן די געזעץ-געגעבענע רעכט פון קענסעלעישאן, מוזט איר לאזן וויסן פאר Lime וועגן אייער באשלוס צו קענסעל’ן אייער איינקויף איידער די 14-טעג צייט-אפשניט לויפט אויס. איר קענט זיך פארבינדן מיט Lime אויף [email protected]. מיט וועלן אייך פארגוטיגן נישט שפעטער ווי 14 טעג פון די טאג וואס מיר באקומען אייער קענסעלעישאן מעלדונג. מיר וועלן נוצן די זעלבע וועג פון באצאלונג וואס איר האט גענוצט פאר צו באצאלן און איר וועט נישט דארפן באצאלן קיין שום קאסטן פאר די פארגיטיגונג. אויב איר האט גענוצט סיי וועלכע טייל פון די פראדוקט דורכאויס די 14-טעג צייט-אפשניט, קענט איר ווערן פארלאנגט צו באצאלן א סומע אין פארגלייך צו די רייזעס וואס איר האט גענומען ביז די דאטום וואס Lime האט באקומען אייער קענסעלעישאן מעלדונג.