קאליפארניע
אין צוגאב צו, און אן באגרעניצן די טערמינען פון, די באנוצער אפמאך, איז די פאלגנדע מעלדונג גילטיג פאר באנוצער אין די סטעיט פון קאליפארניע: אייער היים אייגנטומער'ס, רענטער'ס, אדער קאר אינשורענס פאליסיס וועלן מעגליך נישט צושטעלן דעקונג פאר עקסידענטן וועלכע האבן צו טון מיט די באנוץ פון די געצייג. צו באשטימען אויב דעקונג ווערט צוגעשטעלט זאלט איר זיך פארבינדן מיט אייער אינשורענס פירמע אדער אגענט.
אין צוגאב צו, און אן באגרעניצן די אלגעמיינקייט פון, די באנוצער אפמאך, איז די פאלגנדע אפזאג גילטיג פאר באנוצער אין די סיטי פון לאנג ביטש (Long Beach), קאליפארניע.
סיטי פון לאנג ביטש, קאליפארניע - מייקרא-מאביליטי באפרייאונג און אפזאג פון פאראנטווארטליכקייט
ביטע ליינט גרונטליך דורך די טערמינען און באדינגונגען פון באנוץ איידער איר נוצט אן עלעקטראנישע Bikeshare ביציקל אין די סיטי פון לאנג ביטש ("סיטי"). דורך נוצן אן עלעקטראנישע Bikeshare ביציקל, שטימט איר איין צו אלע טערמינען און באדינגונגען ענטהאלטן דערין, אריינגערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו, די אפזאגן, באפרייאונגען און באגרעניצונגען פון פאראנטווארטליכקייט געברענגט דערין. אויב איר שטימט נישט איין מיט אלע טערמינען און באדינגונגען פון באנוץ, זענט איר נישט ערלויבט צו דינגען אדער נוצן אן עלעקטראנישע Bikeshare ביציקל פון סיי וועלכע עלעקטראנישע Bike-Share ביציקל אפערירער אדער אירע שותפים.
1. באגרעניצונגען און אנדערע טערמינען און באדינגונגען פון עלעקטראנישע Bike-Share ביציקל באנוץ
1.1.פארטרעטונגען און פארזיכערונגען. רייזנדער פארטרעט און פארזיכערט צו אפערירער און סיטי אז:
רייזנדער קומט נאך די מינימאלע יארגאנג פאדערונגען: (1) איז 18 יאר אדער עלטער צו קענען ארויסנעמען אן אי-בייק מיט א קרעדיט קארטל און פארן.
רייזנדער איז ערפארן און באקאנט מיט די זיכערע און געאייניגטע אפעראציע פון אן אי-בייק, און אז ער/זי איז פיזיש און גייסטיש פעאיג צו פארן מיט דעם אי-בייק.
רייזנדער איז באקאנט מיט אלע גילטיגע לאקאלע, סטעיט, און קאונטי פארשריפטן, רעגולאציעס, קאודס און געזעצן וועלכע זענען פארבינדן מיט די זיכערע און לעגאלע אפעראציע פון אן אי-בייק.
1.2.אנערקענונגען און צושטימונגען: רייזנדער אנערקענט און שטימט צו ווי פאלגנד:
רייזנדער איז גענצליך באוואוסטזיניג אז פארן מיט אן אי-בייק שטעלט א ריזיקע פון עקסידענטן צוליב מאטאריסטן, פיסגייער, און גאס/סיידוואלק אומשטענדן, און רייזנדער דארף האלטן א ריכטיגע אויסקוק צו פארמיידן אזעלכע עקסידענטן.
רייזנדער איז גענצליך טרענירט און פעאיג צו אפערירן און פארן מיט אן אי-בייק און פארלאזט זיך נישט אויףדי סיטי זיך אויסצולערנען וויאזוי צו אפערירן אדער פארן מיט אן אי-בייק.
פארפעלן צו נוצן א העלמעט און באשיצנדע געצייג אדער פארפעלן צו נוצן דעם אי-בייק אויף א פארזיכטיגע און לאגישע געאייניגטע אופן קען פירן צו קערפערליכע שעדיגונג אדער טויט.
רייזנדער איז גענצליך פאראנטווארטליך צו באקומען און נוצן א העלמעט און באשיצנדע געצייג.
רייזנדער איז גענצליך פאראנטווארטליך צו אפערירן און פארן מיט אן אי-בייק אויף א פארזיכטיגע און לאגישע געאייניגטע אופן.
א העלמעט און באשיצנדע געצייג, אפילו ווען גענוצט, נעמט נישט אוועק די ריזיקע פון קערפערליכע שעדיגונג אין פאל פון אן עקסידענט.
רייזנדער איז גענצליך פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע באוועגונג פארלעצונגען און/אדער אפצאלונגען באקומען דורךדי רייזנדער בשעת'ן נוצן דעם אי-בייק, אריינגערעכנט סיי וועלכע אפצאלונגען פאר פארקן דעם אי-בייק אין פארבאטענע פלעצער.
אויב רייזנדער פאראורזאכט שאדן צו פראפערטי אדער שעדיגונג צו אן אנדערע פארטיי בשעת'ן אפערירן אדער האבן דעם אי-בייק אין באזיץ, איז רייזנדער אליין פאראנטווארטליך פאר אזעלכע שאדן אדער שעדיגונג. רייזנדער שטימט צו צו באשיצן און האלטן אומשעדליך די סיטי פון סיי וועלכע און אלע פארלוסטן, שאדן, קלאגעס, אורזאכן פון שריט, אויסגאבן, אפצאלונגען, שטראפן אדער ענליכס פאראורזאכט פון רייזנדער'ס נוצן דעם אי-בייק.
1.3.געצוימטע באנוצן. רייזנדער זאל נישט טון סיי וועלכע פון די פאלגנדע שריט ("געצוימטע באנוצן"):
נוצן סיי וועלכע אי-בייק אויב רייזנדער איז יונגער פון 18 יאר.
נוצן סיי וועלכע אי-בייק אויב רייזנדער האט סיי וועלכע עקזיסטירנדע פיזישע אדער גייסטישע צושטאנד וועלכע שטערט רייזנדער פון אפערירן דעם אי-בייק אויף א פארזיכערטע אופן.
אפערירן אן אי-בייק בשעת'ן טראגן סיי וועלכע זאך וועלכע שטערט רייזנדער'ס מעגליכקייט צו אפערירן דעם אי-בייק אויף א פארזיכערטן אופן.
אפערירן אן אי-בייק בשעת'ן זיין אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל, דראגס, אדער סיי וועלכע אנדערע סובסטאנץ וועלכע שטערט רייזנדער'ס מעגליכקייט צו אפערירן דעם אי-בייק אויף א פארזיכערטן אופן.
נוצן סיי וועלכע סעלפאן אדער מאביל עלעקטראנישע געצייג, אריינגערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו, פאר די צוועקן פון טעלעפאן קאלס, טעקסט מעסעדזשעס, מוזיק אדער סיי וועלכע אנדערע באנוץ וועלע שטערט רייזנדער פון אפערירן דעם אי-בייק אויף א פארזיכערטע אופן.
ערלויבן מער ווי איין מענטש צו גיין אויף דעם אי-בייק.
פארלעצן סיי וועלכע גילטיגע פעדעראלע, סטעיט, אדער לאקאלע געזעץ.
אפערירן אדער נוצן אן אי-בייק אויף סיי וועלכע אופן בשעת אומגינסטיגע וועטער אומשטענדן, אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו: האגל, שטויב שטורעמס, נעפל, שווערע רעגנס, אדער בליצן שטורעמס.
פארן אויף אדער אפערירן אן אי-בייק וועלכע האט סיי וועלכע פעלער, פארפעלט צו אפערירן אויף א ריכטיגן אופן און דארף ווערן פארראכטן.
נוצן דעם אי-בייק פאר פארמעסטן, טריק רייזעס, שפרינגען, סטאנט רייזעס און/אדער, אראפ-פון-ראוד רייזעס.
אוועקשלעפן, שלעפן, טראגן אדער שטופן א מענטש אדער זאך מיט אן אי-בייק.
* טוישן די פיזישע צושטאנד פון דעם אי-בייק
* טוישן אדער פאררעכטן די אנבאורד עלעקטראניקס פון דעם אי-בייק
* דורכהיפן אדער אומאקטיוויזירן די טעכנאלאגישע אפעראציעס פלאטפארמע פון דעם סיסטעם צו טוישן דעם אי-בייק פאר פערזענליכע באנוץ
* טוישן אדער ענדערן די מעכאניקס אדער עלעקטראניקס וועלכע קאנטראלירן די שנעלקייט פון דעם אי-בייק
2. באפרייאונג און באגרעניצונג פון פאראנטווארטליכקייט
2.1. פאר און אין באטראכט פון דינגען און נוצן דעם אי-בייק און צו די פולע מעגליכקייט ערלויבט דורך געזעץ, רייזנדער, פאר זיך און לטובת דעם רייזנדער'ס יורשים, עקזעקיוטערס, אדמיניסטראטערס און פארטרעטער, טוט פאר אייביג באפרייען און אויפגעבן און ארויסלאזן (i) סיטי און סיטי'ס באאמטער, באורדס און קאמישאנס, מיטגלידער, אנפירער, ארבעטער, סופלייערס, אגענטן, פארטרעטער פון סיי וועלכע און אלע קלאגעס, פאדערונגען, מיינונגס-פארשידנהייטן, פארלוסטן, שאדן, חובות, ליענס, אפצאלונגען, שטראפן, פראצעסן, אורזאכן פון שריט און שאדן אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו, פאר פערזענליכע שעדיגונגן, אומריכטיגע טויט, פראפערטי שאדן, און שאדן צו רייזנדע אדער צו דריטע פארטייען (אינאיינעם, "קלאגעס") אריינגערעכנט אומבאקאנטע אדער אומערווארטענע קלאגעס, וועלכע ווערן פאראורזאכט פון אדער זענען דירעקט אדער אומדירעקט פארבינדן צו: (א) די אויפהאלטונג, אויסשטעל, באנוץ און/אדער אפעראציע פון דעם אי-בייק; (ב) סיי וועלכע ריזיקע, געפאר אדער דראונג געשילדערט אין די באפרייאונג; (ג) רייזנדער'ס באנוץ פון, אדער אוממעגליכקייט צו נוצן, סיי וועלכע פון דעם אי-בייק'ס געצייג; (ד) רייזנדער'ס פארלעצונג פון דעם אפמאך אדער רייזנדער'ס פארלעצונג פון סיי וועלכע געזעץ; (ה) סיי וועלכע פארנאכלעסיגונג, אומריכטיגע אויפפירונג, אדער אנדערע שריט אדער נישט שריט דורך רייזנדער אדער א דריטע פארטיי; אדער (ו) רייזנדער'ס פארפעלונג צו טראגן באשיצנדע געצייג ווי א העלמעט בשעת'ן נוצן די אפערירונג געצייג.
צום פולן מעגליכקייט ערלויבט דורך געזעץ, רעכנט די באפרייאונג און האלטן אומשעדליך אפמאך סיי וועלכע און אלע קלאגעס פארבינדן צו אדער פאראורזאכט פון די גענצליכע אדער טיילווייזע פארנאכלעסונג פון סיטי אדער סיי וועלכע אנדערע פארטיי. רייזנדער טוט אצינד אויסדרוקליך אויפגעבן סיי וועלכע קלאגעס קעגן די סיטי וועלכע רייזנדער ווייסט נישט אדער פארדעכטיגט צו עקזיסטירן אין זיין אדער איר טובה ביים צייט פון ארויסדינגען אן אי-בייק, און טוט אויסדריקליך אויפגעבן רייזנדער'ס רעכטן אונטער אלע געזעצן וועלכע געבן זיך אן אויפצוהאלטן רייזנדער'ס אומבאקאנטע קלאגעס.
2.2. אויב סיטי ווערט גערעכנט צו האבן סיי וועלכע פאראנטווארטליכקייט וועלכע איז פאראורזאכט געווארן פון רייזנדער'ס באנוץ פון די אפערירונג געצייג, אריינגערעכנט אי-בייק אדער די אפערירער וועבזייטל, זאל אזעלכע פאראנטווארטליכקייט נישט איבערשטייגן די סומע פון די מיטגלידערשאפט אדער רענטאל באצאלט פאר אפערירער דורך רייזנדע.
2.3 אננעמונג פון ריזיקעס; דיסקלעימער. רייזנדער שטימט צו אז אי-בייקס זענען מאשינען וועלכע קענען אויפהערן ארבעטן, אפילו אויב דער אי-בייק ווערט ריכטיג אויפגעהאלטן, און אז אזא פראבלעם קען פאראורזאכן שעדיגונג. רייזנדער טוט אויסדרוקליך אנערקענען און אננעמען אז רייזנדער'ס באנוץ פון דעם אי-בייק איז אויף זיין/איר אייגענע ריזיקע, און אז דורך אויסוועלן צו פארן אויף אן אי-בייק, טוט רייזנדער אננעמען גענצליכע און פולע פאראנטווארטליכקייט פאר אלע פארבינדענע ריזיקעס, געפארן, און דראונגען. רייזנדער נעמט אן דעם אי-בייק פאר באנוץ נאכן נוצן זיין/איר אייגענעם פרייע אויסוואל צו פרייוויליג אנטיילנעמען אין די שריט און נאכן האבן אונטערזוכט דעם אי-בייק און באשטעטיגן אז עס איז אין א גוטע אפערירונג צושטאנד. רייזנדער פארשטייט אז נוצן אן אי-בייק קען זיין א געפארפולע אקטיוויטעט וועלכע רעכנט אריין פולע קלארע און אומקלארע ריזיקעס, געפארן, און דראונגען, וועלכע קענען פאראורזאכן שעדיגונג אדער טויט צום רייזנדע אדער אנדערע, ווי אויך שאדן צו פראפערטי, און אז אזעלכע ריזיקעס, געפארן, און דראונגען קען מען נישט אייביג פאראויסשאצן אדער פארמיידן. רייזנדער אנערקענט, פארשטייט און נעמט אן אלע ריזיקעס פארבינדן צו די רענטאל, אויפהאלטונג, אויסשטעל, באנוץ און/אדער אפערירונג פון די אפערירונג געצייג, אריינגערעכנט די אי-בייקס, און פארשטייט אז נוצן אן אי-בייק רעכנט אריין ריזיקעס צום רייזנדער און אנדערע אריינגערעכנט שאדן, קערפערליכע שעדיגונגן, טיילווייזע אדער גענצליכע דיסאביליטי, פאראליז און טויט צום רייזנדער אדער אנדערע, און אז רייזנדער האט גענצליכע וויסנשאפט פון די דאזיגע ריזיקעס און געפארן, אריינגערעכנט אזעלכע ריזיקעס, שאדן, און שעדיגונג וועלכע קען ווערן פאראורזאכט פון די פארנאכלעסיגונג פון אנדערע אדער אין רעזולטאט פון שאסיי אומשטענדן. סיטי פארטרעט נישט אדער פארזיכערט נישט אז סיי וועלכע פון די אי-בייקס, אפערירונג געצייג אדער פארבינדענע אינפארמאציע וועט זיין אין גוטע צושטאנד אדער פריי פון גרייזן, און פארשפעטיגונגען, ארויסלאזונגען, אפהאלטונגען, אדער אומפונקטליכקייטן קענען עקזיסטירן אנבאלאנגט סיי וועלכע אפערירונג געצייג אדער פארבינדענע אינפארמאציע. רייזנדער נעמט אן גענצליכע פאראנטווארטליכקייט און ריזיקע פון פארלוסט פאר נוצן סיי וועלכע פון די אי-בייקס און די סיטי איז נישט פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע אנקלאגע פאראורזאכט פון די אויבנדערמאנטע.
3. פארגיטיגונג. רייזנדער זאל פארגיטיגן, פארטיידיגן און האלטן אומשעדליךדי סיטי פאר, פון און אנטקעגן סיי וועלכע און אלע קלאגעס פארבינדען צו אדער פאראורזאכט פון די אפמאך, אפילו וואו פאראורזאכט גענצליך אדער טיילווייז דורך סיטי'ס פארנאכלעסיגונג, און/אדער די פארנאכלעסיגונג פון אנדערע, אפגעזען אויב יעצט באוואוסט אדער אומבאוואוסט. אויפן סיטי'ס אויסוואל, טוט רייזנדער אננעמען קאנטראל פון די פארטיידיגונג און שליכטונג פון סיי וועלכע אנקלאגע אנבאלאנגט צו פארגיטיגונג דורך רייזנדער (בלויז אויב, אין אזא פאל, סיטי קען סיי ווען אויסוועלן איבערצונעמען קאנטראל פון די פארטיידיגונג און שליכטונג פון אזעלכע קלאגע). אין קיין שום פאל קען רייזנדער שליכטן סיי וועלכע אנקלאגע אן סיטי'ס פריערדיגע שריפטליכע צושטימונג.
----
ניו יארק סיטי - מייקרא-מאביליטי באפרייאונג און אפזאג פון פאראנטווארטליכקייט
אין דערצו, און אן באַגרענעצן די טערמינען פון, דעם ניצער הסכמה, די פאלגנדיקע אמענדירן צולייגט צו סקוטער רײטן גענומען אין ניו יארק סיטי, New York. ביטע לײענט די טערמינען מיט אױפמערקזאמקײט אײדער ניצן א סקוטער אין ניו יארק סיטי. בײ ניצן א סקוטער אין ניו יארק סיטי, איר זײט מסכים מיט די פאלגנדיקע אמענדירונגען צו די טערמינען מיט באטראכט צו אײער פארן אין ניו יארק סיטי: אפטיילונג 3 פון די טערמינען ווערט גענצליך אויסגעמעקט
סיטי פון סט. פעטערסבורג, פלארידע - מייקרא-מאביליטי באפרייאונג און אפזאג פון פאראנטווארטליכקייט
אין צוגאב צו און אן באגרעניצן די באנוצער אפמאך, איז די פאלגנדע גילטיג פאר אייער באנוץ פון די סערוויסעס אין סט. פעטערסבורג, פלארידע:
איר באפרייט, זאגט אפ, לאזט ארויס און זאגט צו נישט אנצוקלאגן די סיטי פון סט. פעטערסבורג אירע אפיצירן, ארבעטער, אגענטן, אויסגעוועלטע און אויפגענומענע באאמטע און וואלונטירן פון סיי וועלכע און אלע קלאגעס, פאדערונגען, שריט, אורזאכן פון שריט, אורטיילן, אפצאלונגען, אויסגאבן, געריכט קאסטן, אדוואקאטנס' אפצאלונגען אדער אנדערע שאדן אדער פארלוסט, פון סיי וועלכע אופן, אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו פערזענליכע שעדיגונג, פראפערטי שאדן אדער אומריכטיגע טויט, אפגעזען אויב פאראוראכט דורך סיי וועלכע גענצליכע אדער טיילווייזע אדער פארנאכלעסונג פון די סיטי פון סט. פעטערסבורג, אירע אפיצירן, ארבעטער, אגענטן, אויסגעוועלטע אדער אויפגענומענע באאמטע, אדער וואלונטירן אדער אויסערדעם, פאראורזאכט פון אדער אין פארבינדונג מיט, גענצליך אדער טיילווייז, דירעקט אדער אומדירעקט, אייער באנוץ פון די סערוויסעס אויף סיטי פון סט. פעטערסבורג גאסן, בייק ליניעס, וואלקוועיס, סיידוואלקס, רעכט-פון-וועגן, אדער אנדערע פארבינדענע פראפערטי (אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו קלאגעס פאראורזאכט פון ביציקל אדער סקוטער שאדן) אדער פארבינדן צו א סקוטער און/אדער אנדערע סקוטער פראגראם געצייג, אדער אייער באנוץ פון דעם ביציקל אדער סקוטער פארקינג פלעצער.
איר שטימט צו צו זיין אין איינקלאנג מיט אלע גילטיגע געזעצן, אריינגערעכנט אבער נישט באגרעניצט צו אלע טרעפיק געזעצן פארבינדן צו באנוץ פון א ביציקל אדער סקוטער אין די סיטי פון סט. פעטערסבורג.
טעמפי (Tempe), אריזאנע – באפרייאונג פון פאראנטווארטליכקייט אננעמונג פון ריזיקע און פארגיטיגונג אפמאך געמיינזאמע אקטיווע טראנספארטאציע וויהיקל (SATV) באנוצער
1. אקטיוויטעט און פארבינדענע ריזיקעס: איך האב אויסגעוועלט אנטיילצונעמען אין א געמיינזאמע אקטיווע טראנספארטאציע וויהיקל אקטיוויטעט אין טעמפי, אריזאנע (פון דא און ווייטער רעפערירט צו אלץ די "אקטיוויטעט"), מיט [נאמען פון פירמע/אפערירער]. איך פארשטיי אז:
א. די אקטיוויטעט איז אויסדרוקליך געפארפול און איך קען זיין אויסגעשטעלט צו געפארן און דראונגען, אריינגערעכנט געוויסע פון די פאלגנדע: אראפפאלן, צובראכענע ביינער,קאנקאשנס, געפארפולע וועטער, זיך איבערארבעטן, איבערהייצן, שאדן פון מאנגל אין פיזישקייט אדער קאנדישאנינג, הייפאטערמיע, אומגינסטיגע אדער אגרעסיווע פיסגייער, ביציקליסטן, SATVס און וויהיקל דרייווערס, טויט, פארפעלונגען פון געצייג, פארלירן קאנטראל פון אדער אריינקראכן די SATV, טרעפיק, עקסידענטן מיט באוועגנדע אדער פארקירטע וויהיקלס, שאסיי און אדער
טרעיל דראונגען (ווי אפפאל גרעיטינגס, גרעוועל, אומבאלאנסירטע טערעין, וואש-אוטס און שמוץ), פארפעלן צו טראגן א העלמעט און אדער אנדערע באשיצנדע געצייג און פארנאכלעסיגונג פון אנדערע;
ב. אלס א קאנסעקווענץ פון די ריזיקעס, קען איך מעגליך ווערן ערנסט געשעדיגט אדער באגרעניצט אדער קען מעגליך שטארבן פון די ענדגילטיגע שעדיגונג און מיין פראפערטי קען אויך ווערן געשעדיגט;
ג. שפיטאל פאסיליטעטן, קוואליפיצירנדע מעדיצינישע קעיר און עמערדזשענסי מעדיצינישע אויפמערקזאמקייט קען מעגליך זיין באגרעניצט אדער נישט אוועילעבל דורכאויס די אקטיוויטעט;
ד. סיטי פון טעמפי נעמט נישט אן פאראנטווארטליכקייט פאר צושטעלן מעדיצינישע קעיר דורכאויס די אקטיוויטעט און איך וועל דארפן באצאלן פאר סיי וועלכע מעדיצינישע קעירוואס איך באקום.
אין באטראכטונג פון די ערלויבעניש אנטיילצונעמען אין די אקטיוויטעט, שטים איך איין צו די טערמינען ענטהאלטן אין דעם דאקומענט:
2. אננעמונג פון די ריזיקעס: איך טו דערביי פרייוויליג אננעמען די אויבנדערמאנטע ריזיקעס, ווי אויך אנדערע ריזיקעסוואס זענען נישט אויסגערעכנט, וועלכע זענען טייל פון די אקטיוויטעט, און סיי וועלכע שאדן, שעדיגונג אדער פארלוסט וועלכע קען פאסירן צו מיר אדער מיין פראפערטי אין רעזולטאט פון מיין אנטיילנעמונג אין די אקטיוויטעט – אריינגערעכנט סיי וועלכע שעדיגונג אדער פארלוסט פאראורזאכט דורך די פארנאכלעסונג פון די סיטי פון טעמפי, אירע ארבעטער און אפיצירן, באאמטער און אגענטן און אנדערע אקטיוויטעט אנטיילנעמער. איך פארשטיי אויך אז סיי וועלכע געצייג וועלכע איך שטעל צו אדער דינג פון דער אפערירער, אדער סיי וועלכע אנדערע פראוויידער, נוץ איך אויף מיין אייגענע ריזיקע און אז סיי וועלכע אזעלכע געצייג ווערט צוגעשטעלט אן סיי וועלכע פארזיכערונג פון די סיטי פון טעמפי איבער איר צושטאנד אדער פאסיגקייט. איך פארשטיי אויך אז סיי וועלכע סיטי פון טעמפי רעכט פון וועג ווערט גענוצט אן סיי וועלכע פארזיכערונג איבער איר צושטאנד אדער פאסיגקייט.
3. באפרייאונג פון פאראנטווארטליכקייט: איך טו אצינד באפרייען די סיטי פון טעמפי, אירע ארבעטער און אפיצירן, באאמטע און אגענטן, די פראוויידערס פון סיי וועלכע רעכט פון וועג, לאנד אייגנטומער, די סטעיט פון אריזאנע פארקס און פארוויילונג, מוניציפיל אדער רעגירונג פראוויידערס פון באנוץ פערמיטן, און זייער אפיליאירטע ארבעטער און אפיצירן, באאמטע און אגענטן (די "באפרייטע פארטייען") פון אלע שאדן, אורזאכן פון שריט, קלאגעס און פארלאנגען וועלכע ווערן פאראורזאכט אין סיי וועלכע וועג פון שעדיגונג, טויט, פארלוסט אדער שאדן וועלכע פאסירט צו מיר אדער סיי וועלכע אנדערע מענטש אדער סיי וועלכע פראפערטי דורכאויס די אקטיוויטעט. די באפרייאונג רעכנט אריין קלאגעס פאר די פארנאכלעסיגונג פון די באפרייטע פארטייען און קלאגעס פאר שטרענגע פאראנטווארטליכקייט פון אומגעווענליכע געפארפולע אקטיוויטעטן. די באפרייאונג איז נישט גילטיג פאר קלאגעס אדער סיי וועלכע אנדערע פאראנטווארטליכקייטן וועלכע אריזאנע געזעץ ערלויבט נישט צו זיין אויסגעשלאסן דורך אפמאך. איך שטים אויך צו נישט אנצוקלאגן אדער מאכן א קלאגע אנטקעגן די באפרייטע פארטייען פאר טויט, שעדיגונג, פארלוסט אדער שאדן וועלכע פאסירט דורכאויס די אקטיוויטעט אדער איז פארבינדן אין סיי וועלכע וועג צו די אקטיוויטעט.
4. פארגיטיגונג, האלטן אומשולדיג, און פארטיידיגונג: איך זאג צו צו, פארגיטיגן, האלטן אומשעדליך און פארטיידיגן די באפרייטע פארטייען אנטקעגן סיי וועלכע און אלע קלאגעס צו וועלכע אפטיילונג 3 פון די אפמאך איז גילטיג, אריינגערעכנט קלאגעס פאר זייער אייגענע פארנאכלעסיגונג. איך זאג אויך צו צו פארגיטיגן, האלטן אומשעדליך און פארטיידיגן די באפרייטע פארטייען אנטקעגן סיי וועלכע און אלע קלאגעס פון מיין אייגענע פארנאכלעסיגונג, און סיי וועלכע אנדערע קלאגע עס קען ארויסקומען פון מיין אויפפירונג דורכאויס די אקטיוויטעט. אין איינקלאנג מיט די צוזאגונגען, וועל איך פארגיטיגען די באפרייטע פארטייען פאר סיי וועלכע שאדן, לאגישע שליכטונגען און פארטיידיגונג קאסטן, אריינגערעכנט אדוואקאטן'ס אפצאלונגען, וועלכע זיי באקומען צוליב אזעלכע קלאגעס געמאכט אנטקעגן זיי. איך שטים צו אז אין פאל פון מיין טויט אדער דיסאביליטי, וועלן די טערמינען פון די אפמאך, אריינגערעכנט די פארגיטיגונג פליכט אין דעם אפטיילונג, זיין געבינדן אויף מיין עסטעיט און מיין פערזענליכע פארטרעטער, עקזעקיוטער, אדמיניסטראטער אדער גארדיען וועלן זיין פארפליכטעט זיי צו רעספעקטירן און אינפארסירן.
5. זעלבסטשטענדיגע קאנטראקטערס: איך נעם אן אז די סיטי פון טעמפי האט נישט קיין קאנטראל איבער און נעמט נישט אן פאראנטווארטליכקייט פאר די שריט פון סיי וועלכע אפערירער אדער סיי וועלכע זעלבסטשטענדיגע קאנטראקטארס וועלכע שטעלן צו סיי וועלכע סערוויסעס פאר די אקטיוויטעט.
6. אפגעטיילטקייט: איך שטים צו אז די צוועק פון די אפמאך איז אז עס זאל זיין אן איינפארסירבארע באפרייאונג פון פאראנטווארטליכקייט און פארגיטיגונג אזוי ברייט און איינשליסנד ווי ערלויבט דורך אריזאנע געזעץ. איך שטים צו אז אויב סיי וועלכע טייל אדער באדינגונג פון די אפמאך ווערט געפונען צו זיין אומגילטיג אדער אומפארסירבאר, דאן זאל די איבריגע טייל פארזעצן מיט'ן פולן קראפט און ווירקונג. איך שטים אויך צו אז סיי וועלכע אומגילטיגע באדינגונג זאל ווערן געטוישט אדער טיילווייז אינפארסירט צו די מערסטע מעגליך ערלויבט דורכן געזעץ דורכצופירן די צוועק פון די אפמאך.
7. גילטיגע געזעץ, פארום און אדוואקאטן'ס אפצאלונגען: דער אפמאך איז קאנטראלירט דורך און זאל אפגעטייטש ווערן אין איינקלאנג מיט די געזעצן פון די סטעיט פון אריזאנע, אן רעפערענץ צו איר אויסוואל פון געזעץ פארשריפטן. איך שטים צו אז סיי וועלכע מיינונגס פארשידנהייט פאראורזאכט פון די אפמאך אדער אין סיי וועלכע וועג פארבינדן מיט דער אקטיוויטעט זאל עס בלויז געברענגט ווערן אין א סטעיט אדער פעדעראלע געריכט וועלכע געפונט זיך אין מעריקאפע (Maricopa) קאונטי, אריזאנע, און איך שטים צו צו די יוריסדיקציע און פלאץ פון יענע געריכטן פאר סיי וועלכע אזעלכע מיינונגס פארשידנהייט. אין סיי וועלכע פראצעס אין וועלכע די גילטיגקייט אדער איינפארסירבארקייט פון די אפמאך ווערט באצווייפלט, שטים איך צו אז די פארטיי וועלכע געווינט וועט באצאלן אלע אדוואקאטן'ס אפצאלונגען און אויסגאבן פון די פארטייען וועלכע זוכן צו אנהאלטן די אפמאך.
אין צוגאב צו, און אן באגרעניצן די אלגעמיינקייט פון, די באנוצער אפמאך, איז די פאלגנדע אפזאג גילטיג פאר באנוצער אין די סיטי פון טוקסאן (Tucson), אריזאנע.
פאר און אין באטראכט פון דינגען און באנוץ פון די געמיינזאמע מאביליטי געצייג (Shared Mobility Device, SMD), טו איך, "דער באנוצער", פאר זיך און לטובת מיינע יורשים, עקזעקיוטערס, אדמיניסטראטערס און פארטרעטער, פאר אייביג באפרייען און אויפגעבן און ארויסלאזן די סיטי פון טוקסאן און אירע אויסגעוועלטע און אויפגענומענע באאמטע, אפיצירן, ארבעטער, אגענטן, קאנטראקטארס, און וואלונטירן (אינאיינעם, די "סיטי") פון סיי וועלכע און אלע קלאגעס, פאדערונגען, מיינונגס פארשינדהייטן, פארלוסטן, פאראנטווארטליכקייטן, חובות, ליענס, אפצאלונגען, שטראפן, פראצעסן, אורזאכן פון שריט און שאדן אריינגערעכנט פאר פערזענליכע שעדיגונג, אומריכטיגע טויט, פראפערטי שאדן, און שעדיגונג צו זיך זעלבסט אדער צו דריטע פארטייען (אינאיינעם, "קלאגעס"), אריינגערעכנט אומבאקאנטע אדער אומערווארטעטע קלאגעס, וועלכע קומען ארויס פון אדער זענען דירעקט אדער אומדירעקט פארבינדן צו די אפמאך אדער די רענטאל, אויפהאלטונג, אויסשטעל, פלאצירונג, באנוץ
און/אדער אפעראציע פון די SMD, אריינגערעכנט אן עלעקטראנישע סקוטער, אדער די אפערירער'ס וועבזייטל, אריינגערעכנט סיי וועלכע און אלע קלאגעס פארבינדן צו די גענצליכע אדער טיילווייזע פארנאכלעסונג פון די סיטי אדער סיי וועלכע אנדערע פארטיי. איך טו אצינד אויסדרוקליך אפזאגן סיי וועלכע קלאגעס אנטקעגן די סיטי וועלכע איך ווייס נישט אדער פארדעכטיג צו עקזיסטירן אין מיין טובה ביים צייט פון דינגען אן SMD, און טו אויסדריקליך אפזאגן מיינע רעכטן אונטער די געזעצן וועלכע דערקלערן זיך צו אויפהאלטן מיינע אומבאקאנטע קלאגעס."
3. "אקטיוויטעט און פארבינדענע ריזיקעס: איך האב אויסגעוועלט צו דינגען און נוצן א געמיינזאמע מאביליטי געצייג (SMD) אין טוקסאן, אריזאנע מיט אן ערלויבטע MSE. איך פארשטיי אז:
א. די אקטיוויטעט איז אויסדרוקליך געפארפול און איך קען זיין אויסגעשטעלט צו געפארן, אריינגערעכנט געוויסע פון די פאלגנדע: אראפפאלן, צובראכענע ביינער,קאנקאשנס, געפארפולע וועטער, זיך איבערארבעטן, איבערהייצן, שאדן פון מאנגל אין פיזישקייט אדער קאנדישאנינג, הייפאטערמיע, אומגינסטיגע אדער אגרעסיווע פיסגייער, ביציקליסטן, SMDs און וויהיקל דרייווערס, טויט, פארפעלונגען פון געצייג, פארלירן קאנטראל פון אדער אריינקראכן די SMD, טרעפיק, עקסידענטן מיט באוועגנדע אדער פארקירטע וויהיקלס, שאסיי און אדער טרעיל געפארן (ווי אפפאל גרעיטינגס, גרעוועל, אומבאלאנסירטע טערעין, וואש-אויטס און שמוץ), פארפעלן צו טראגן א העלמעט און אדער אנדערע באשיצנדע געצייג און פארנאכלעסיגונג פון אנדערע;
ב. אלס א קאנסעקווענץ פון די ריזיקעס, קען איך מעגליך ווערן ערנסט געשעדיגט אדער באגרעניצט אדער קען מעגליך שטארבן פון די ענדגילטיגע שעדיגונג און מיין פראפערטי קען אויך ווערן געשעדיגט;
ג. שפיטאל פאסיליטעטן, קוואליפיצירנדע מעדיצינישע קעיר און עמערדזשענסי מעדיצינישע אויפמערקזאמקייט קען מעגליך זיין באגרעניצט אדער נישט אוועילעבל דורכאויס די אקטיוויטעט;
ד. דיסיטי נעמט נישט אן פאראנטווארטליכקייט פאר צושטעלן מעדיצינישע קעיר דורכאויס די אקטיוויטעט און איך וועל דארפן באצאלן פאר סיי וועלכע מעדיצינישע קעיר איך באקום."
4. "אננעמונג פון די ריזיקעס: איך טו אצינד פרייוויליג אננעמען די אויבנדערמאנטע ריזיקעס, ווי אויך אנדערע ריזיקעס נישט אויסגערעכנט, וועלכע זענען טייל פון די געמיינזאמע מאביליטי געצייג (SMD), און סיי וועלכע שאדן, שעדיגונג אדער פארלוסט וועלכע קען פאסירן צו מיר אדער מיין פראפערטי אין רעזולטאט פון מיין באנוץ פון אן SMD – אריינגערעכנט סיי וועלכע שעדיגונג אדער פארלוסט פאראורזאכט דורך די פארנאכלעסיגונג פון די סיטי, אירע ארבעטער און אפיצירן, באאמטע און אגענטן און אנדערע SMD באנוצער. איך פארשטיי אויך אז סיי וועלכע געצייג וועלכע איך שטעל צו אדער דינג פון די ערלויבטע MSE, אדער סיי וועלכע אנדערע פראוויידער, נוץ איך אויף מיין אייגענע ריזיקע און אז סיי וועלכע אזעלכע געצייג ווערט צוגעשטעלט אן סיי וועלכע פארזיכערונג פון די סיטי איבער איר צושטאנד אדער פאסיגקייט. איך פארשטיי אויך אז סיי וועלכע סיטי רעכט פון וועג ווערט גענוצט אן סיי וועלכע פארזיכערונג איבער איר צושטאנד אדער פאסיגקייט."
5. זעלבסטשטענדיגע קאנטראקטערס: איך נעם אן אז די סיטי פון טוקסאן האט נישט קיין קאנטראל איבער און נעמט נישט אן פאראנטווארטליכקייט פאר די שריט פון סיי וועלכע אפערירער אדער סיי וועלכע זעלבסטשטענדיגע קאנטראקטערס וועלכע שטעלן צו סיי וועלכע סערוויסעס פאר די אקטיוויטעט.
6. אפגעטיילטקייט: איך שטים צו אז די צוועק פון די אפמאך איז אז עס זאל זיין אן איינפארסירבארע באפרייאונג פון פאראנטווארטליכקייט און פארגיטיגונג אזוי ברייט און איינשליסנד ווי ערלויבט דורך אריזאנע געזעץ. איך שטים צו אז אויב סיי וועלכע טייל אדער באדינגונג פון די אפמאך ווערט געפונען צו זיין אומגילטיג אדער אומפארסירבאר, דאן זאל די איבריגע טייל פארזעצן מיט'ן פולן קראפט און ווירקונג. איך שטים אויך צו אז סיי וועלכע אומגילטיגע באדינגונג זאל ווערן געטוישט אדער טיילווייז אינפארסירט צו די מערסטע מעגליך ערלויבט דורכן געזעץ דורכצופירן די צוועק פון די אפמאך.
7. גילטיגע געזעץ, פארום און אדוואקאטן'ס אפצאלונגען: דער אפמאך איז קאנטראלירט דורך און זאל אפגעטייטש ווערן אין איינקלאנג מיט די געזעצן פון די סטעיט פון אריזאנע, אן רעפערענץ צו איר אויסוואל פון געזעץ פארשריפטן. איך שטים צו אז סיי וועלכע מיינונגס פארשידנהייט פאראורזאכט פון די אפמאך אדער אין סיי וועלכע וועג פארבינדן מיט די באנוץ פון אן SMD זאל בלויז געברענגט ווערן אין א סטעיט אדער פעדעראלע געריכט וועלכע געפונט זיך אין פימע (Pima) קאונטי, אריזאנע, און איך שטים צו צו די יוריסדיקציע און פלאץ פון יענע געריכטן פאר סיי וועלכע אזעלכע מיינונגס פארשידנהייטן. אין סיי וועלכע פראצעס אין וועלכע די גילטיגקייט אדער אינפארסירבארקייט פון די אפמאך ווערט באצווייפלט, שטים איך צו אז די פארטיי וועלכע געווינט וועט באצאלן אלע אדוואקאטן'ס אפצאלונגען און אויסגאבן פון די פארטייען וועלכע זוכן צו אנהאלטן די אפמאך.
8. איך האב זיך גענצליך אינפארמירט איבער די אינהאלט פון די אפמאך דורך עס ליינען איידער עס אונטערשרייבן. קיין שום מינדליכע פארטרעטונגען, דערקלערונגען, אדער אנדערע איינפלוסן אונטערצושרייבן די באפרייאונג זענען געמאכט געווארן חוץ פון וואס איז ענהאלטן אין דעם דאקומענט. איך פארשטיי אז דאס איז א קאנטראקט וועלכע אפעקטירט מיין לעגאלע רעכטן און אז איך שרייב עס אונטער פון מיין אייגענעם ווילן.
סיטי פון ווינסטאן-סעילעם (Winston-Salem), נארט קאראליינע
Cקאסטומער שטימט צו פאר אייביג צו באפרייען, אויפגעבן, און ארויסלאזן די סיטי און אירע באאמטע, אפיצירן, ארבעטער, פארטרעטער, און אגענטן פון סיי וועלכע און אלע באקאנטע און אומבאקאנטע קלאגעס, פאדערונגען, מיינונגס פארשינדהייטן, חובות, פארלוסטן, פאראנטווארטליכקייטן, ליענס, אפצאלונגען, אויסגאבן, שטראפן, פראצעסן, אורזאכן פון שריט, אנקלאגעס, שעדיגונג און שאדן, אריינגערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו,
ערנסטע, אומדירעקטע, צופעליגע, ספעציעלע, און איבריגע שאדן, אין פארבינדונג צו סיי וועלכע
פערזענליכע שעדיגונג, אומריכטיגע טויט, אדער פראפערטי שאדן וועלכע ווערט פאראורזאכט, אויף סיי וועלכע אופן, אין
פארבינדונג מיט: (i) דעם קאסטומער'ס רענטאל, באנוץ, אומריכטיגע באנוץ, אדער ריכטיגע אדער אומריכטיגע פלאצירונג
אדער פארקינג פון דער עלויבטער'ס געצייג (ii) די סיטי'ס/סיטי פארוואלטער'ס ארויסגעבונג פון, אדער
באשלוס צו באשטעטיגן, די ערלויבטער'ס מייקרא-מאביליטי געצייג פערמיט, (iii) די פראצעדור גענוצט
דורך די סיטי/סיטי פארוואלטער אין מאכן איר/זיין/איר באשלוס, די ערלויבטער'ס אפעראציעס,
שריט, אדער ארויסלאזונגען, אריינגערעכנט, אבער נישט באגרעניצט צו, סיי וועלכע פארפעלונג אונטערצוזוכן, פאררעכטן, סערוויסן, טשארדזש'ן, און/אדער אויפהאלטן געצייג און צו קאמיוניקירן צו קאסטומערס גילטיגע טרעפיק זיכערהייט געזעצן און פאסיגע פירמעס' און אנדערע ווארענונגען און רעקאמענדאציעס פאר די באנוץ פון געצייג, (v) סיי וועלכע פעלערהאפטיגע געצייג אדער צוגעהער וועלכע די ערלויבטער שטעלט ארויס, נוצט, סטאנציאנירט, טראגט אן פאר רענט, דינגט, לאזט אפ, אדער לאזט איבער, (vi) דער ערלויבטער'ס אומפאסיגע פלאצירונג אדער פארקינג פון סיי וועלכע געצייג, (vii) דער ערלויבטער'ס אדער איינע פון אירע באאמטערס', פארוואלטערס', ארבעטערס', אגענטן'ס, אדער פארטרעטערס' אנגעבליכע אדער פאקטישע פארלעצונג פון סיי וועלכע פעדעראלע, סטעיט, אדער לאקאלע געזעץ, פארשריפט, רעגולאציע, קאוד, אדער אנווייזונג, אין פארבינדונג מיט די באנוץ פון די פערמיט, סיי וועלכע געצייג אויטאריזירט דערין, אדער די ערלויבטער'ס ביזנעס אפעראציעס, (viii) די ערלויבטער'ס אדער סיי וועלכע פון אירע באאמטערס', פארוואלטערס', ארבעטערס', אגענטן'ס, אדער פארטרעטערס' פארלעצונג אדער צוברעכן פון די ארטיקל, די אדמיניסטראטיווע רעגולאציעס אנגענומען אין איינקלאנג צו סוב-אפטיילונג 78-367(a), די אפמאך ספעציפיצירט אין סוב-אפטיילונג 78-374 (a), אדער די פערמיט (ix) דער ערלויבטער'ס פארפעלונג צו באקומען דעם קאסטומער'ס צושטימונג צו די זאמלונג, מיטטיילונג, פארקויפן, אדער ארויסגעבן פון אינפארמאציע אין דעם אופן ספעציפיצירט אין דעם ארטיקל, (x) די ערלויבטער'ס פארפעלונג צו באשיצן די אינפארמאציע אדער דורכצופירן פינאנציעלע טראנזאקציעס אין איינקלאנג מיט סוב-אפטיילונג 78-370(d) און אלע אנדערע גילטיגע פעדעראלע, סטעיט, און לאקאלע געזעצן, פארשריפטן, און רעגולאציעס, און/אדער (xi) די סיטי'ס פארפעלונג צו אינפארסירן די באדינגונגען פון די ארטיקל, די אדמיניסטראטיווע רעגולאציעס אנגענומען אין איינקלאנג מיט סוב-אפטיילונג 78-367(a), די אפמאך ספעציפיצירט אין סוב-אפטיילונג 78-374 (a), אדער די פערמיט.