פֿ"ש - כּללים כּדי צוּ רײַטן סקוּטערס
לעצטע דערהײַנטיקן: 1 מערץ, 2021
אין דערצוּ צו די כּללים און פֿאַרפֿליכטוּנגען אָפּגעשטעלט אין דעםניצער הסכּמה, ווען איר נוּצט אוּנדזערע סקוּטערס, איר זײַט געפֿאָדערט צו נאָכפאָלגן די כּללים וואָס זײַנען באַשטימט אין די כּללים צו פֿאָרן סקוּטערס, וואָס מיר מעגן איבערקוּקן, מיט אוּנדזער אײן אוּן אײנציקער אײַנזעעניש פֿוּן צײַט צוּ צײַט אוּן אָן פֿריערדיקן באַמערקוּנג. בײַ ניצן אַ Lime סקוּטער, איר זײַט געהאַלטן צוּ האָבן אָנגענוּמען אוּן געשטימט צוּ פֿאַרטראָגן די כּללים וואָס זײַנען אוּנטן געוויזן. דוּרכפֿאַל צוּ פֿאַרטראָגן די כּללים צוּ פֿאָרן סקוּטערס אָדער קיין טייל פֿוּן דעם ניצער הסכּמה קען דערפֿירן אױף געלטשטראָפֿן, שטראָפֿן אָדער פֿאַרהאַלטוּנג אָדער ענדיקוּנג פֿוּן אײַער אַקאַוּנט. קיין קאַפּיטאַלײַזד טערמין וואָס איז ניט דעפֿינירט דאָ וועט האָבן דעם באַטײַט אײַנגעשטעלט אין דעם ניצער הסכּמה.
פֿאָדערוּנגען כּדי צוּ ניצן Lime סקוּטערס
איר מוּזט זײַן דעם אײנציקן באַניצער פֿוּן אוּנדזערע באַדינען. איר קענט נישט נעמען אַ פּאַסאַזשיר אָדער חיה אויף אַ סקוּטער.
איר מוּזט זיין לפּחות 18 צוּ נוּצן אַ סקוּטער.
איר מוּזט קענען אָפּערירן אוּנדזעע פּראָדוּקטן אין אַ קאָמפּעטענט שטייגער. איר ווײסט ווי מען נוצט זיי אוּן איר זײַט פֿיזיש מעגלעך עס צוּ טאָן. איר פֿאַרשטייט אַז קעגנעריש וועטער צוּשטאַנדן קענען פּראַלן אױף זיכערקייַט אוּן איר קענט ענטפֿערן בהסכּמ (ווי צוּפּאַסן אײַער טאָרמאָז ווייַטקייט װען עס רעגנט, צוּם בייַשפּיל). דאָס קען אויך מיינען אַז איר קענט ניט נוצן עטלעכע פּראָדוקטן.
דערװײַל מיר מאַכן דאָס בעסטע כּדי אײַך צוּ דערציען אויף אָרטיק געזעצן וואָס רעגירן ווי צוּ נוּצן אונדזערע באַדינען, ביטע זײַט זיכער אַז איר האָט זיך אױך באַקאַנט מיט די געזעצן, וועלכע איר מוּזט נאָכפֿאָלגן ווען איר נוצט אוּנדזערע באַדינען. נוּצט ניט אוּנדזערע באַדינען אין פֿאַרװערט ערטער, און מאַכט זיכער אַז איר פֿאַרשטייט פֿאָלגט די געזעצן אויף טרעעטאַר באַנוּץ, טראַפֿיק אוּן פּאַרקינג. איר זײַט פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר פֿאַרטראָגן די אָרטיק טראַפֿיק כּללים און רעגלאַמענטן.
כּללים אױף קיװערן
מיר רעקאָמענדירן אַז איר שטענדיק טראָגט אַ קיװער ווען איר נוּצט אוּנדזערע סקוּטערס, בעסער וועלן Snell, ANSI, ASTM אָדער ASTM-באַוויליקט. עס דאַרפֿט זײַן אין גרייס, צוּגעפּאַסט אוּן פֿאַרפֿעסטיקט לױט די אינסטרוּקציעס פֿוּן דעם פֿאַבריקאַנט. קיװערן אוּן אַנדערע באַשיצן כּלים זײַנען נישט גאַראַנטירט צו פֿאַרמיײַדן פּערזענלעכער הפֿסד. קיװערן זײַנען באַדאַרפֿט בײַ געזעץ אין עטלעכע ערטער, אַזוי אַז געװיסיק טראָגט איינער אויב די געזעצן צווּלייגן צוּ אײַך. אויב איר קלײַבט ניט אױס צוּ טראָגן אַ קיװער אוּן זײַנען געשעדקיט אַז אַ רעזוּלטאַט, מיר זײַנען ניט פֿאַראַנטוואָרטלעך.
זיכערקײַט טשעקס
איר דאַרפֿט דוּרכפֿירן אַ זיכערקײַט דוּרכקוק אויף דעם פּראָדוּקט איידער יעדער באַנוּץ, אַרײַנגענוּמען די פֿאָלגנדיקע:
איר האָט איבערגעקוּקט דעם אַלגעמיינער צוּשטאַנד (קערפּער, ראַם, רעדער, רײפֿן, א.א.װ.)?
די טאָרמאָזן אוּן ליכט אַרבעטן?
איז די באַטעריע באַפֿוילן?
איז עס דאָ קיין אַנדערערנדערע סימן פֿוּן שעדיקוּנג, אוּמגעוויינטלעך אָדער עודפֿדיק טראָגן אָדער איז אוישאַלט באַדאַרפֿט?
עפּעס האָט געשען צוּ דעם פּראָדוּקט זינט זיין צוּשטאַנד איז לעצטענס איבערגעקוּקט, אוּן מיר שטעלן-אױף אײַך צוּ דוּרכקוּקן דעם פּראָדוקט איידער יעדער באַנוּץ, אוּן צוּ באַריכטן קיין געדאַכטע ענינים. אויב איר באַמערקט זיך װעגן קיין ענינים אידענטיפֿיצירט אויבן, אָדער קיין אַנדערע, במשך אײַער זיכערקייַט דוּרכקוק נוּצט ניט דעם פּראָדוּקט. ביטע באַריכט עס באַלדיק צוּ אוּנדז בײַ פֿאָרלייגן אַ בקשה דוּרך אוּנדזער הילף צענטער און רעזערווירט אַנשטאָט אַן אַנדערער פּראָדוקט. אויב איר באַמערקט זיך װעגן עפּעס װען באַנוּצן, האַלט אײַער רײַזע ווי זיכער אַז איר קענט אוּן ווי שנעל אַז מעגלעך. אויב איר באַריכטן ניט די ענינים, מיר מעגן דאַרפֿן זײ אַטריבוטן אױף אײַך, אַרײַנגענוּמען האַלטן אײַך פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר קיין פֿאַרבוּנדן קאָסטן, אַזוי ביטע זאָגט אונדז אויב עפּעס איר זעט אױסמעקט נישט גערעכט.
פֿאַרװערט באַניצן
איר זײַט פֿאַרװערט פֿוּן ניצן אוּנדזערע באַדינען אָדער פּראָדוקטן פֿאַר קיין אוּמגעזעצלעך ציל אָדער אין קיין אוּמזיכער וועג, אַרײַנגענוּמען אין די וועגן װעלכע מיר באַשרייַבן אין אָפּטיילונג 6 פֿוּן דעם ניצער הסכּמה (זייט זיכער ווען באַנוּצן אוּנדזערע פּראָדוּקטן!). ביטע לייענט דעם אָפּטיילונג מיט אױפֿמערקזאַמקײַט.
וואָג באַגרענעצוּנג
דעם װאָג באַגרענעצונג פֿאַר סקוּטערס איז 220 פונט. די מאַקסימום וואָג נעם אַרײַן אַלע זאַכן וואָס איר טראָגט אָדער שטעלט.
פאַרבייַטן קאָסטן
אויב איר שעדיקט אַ סקוּטער אָדער אויב די סקוּטער איז פֿאַרטראַכט אַז פֿאַרלאָרן אָדער געגאַנוועט אוּנטער די טערמינען פֿון אוּנדזער ניצער הסכּמה, איר וועט זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די אַסאָצירט קאָסטן. דעם פֿאַרבײַטן קאָסטן פֿוּן אַ סקוּטער איז ביז $1,500.